דער ערשטער צוּוווּקס פֿון ייִדישער קהילה אין מיאַמי — נאָך 1975

Miami Jewry's First Increase Since 1975

מיאַמי
Shutterstock
מיאַמי

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published October 15, 2014, issue of November 07, 2014.

צום ערשטן מאָל אין עטלעכע צענדליק יאָר האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מיאַמי אָנגעהויבן שטײַגן, לויט דעם נײַעם באַריכט פֿון דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 13טן אָקטאָבער.

אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2004, איז די צאָל ייִדן אין מיאַמי אויפֿגעוואַקסן אויף 9 פּראָצענט — פֿון 113 ביז 123 טויזנט נפֿשות. לויטן חשבון, איז די אָרטיקע קהילה אַ ביסל קלענער, ווי אין וועסט־פּאַלם־ביטש, אַן אַנדער פֿלאָרידער שטאָט, אָבער גרעסער ווי אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע.

שוין לאַנג פֿאַרשפּרייט זיך דער קלאַנג, אַז מיאַמי איז געוואָרן אַ „מאַגנעט‟, וואָס ציט צו אַ סך אימיגראַנטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט נישט ווייניק ייִדן פֿון ווענעזועלע, אַרגענטינע, קאָלאָמביע, מעקסיקע, בראַזיל און פּערו. אַ סך פֿון זיי באַזעצן זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוליב דער בעסערער פּאָליטישער אָדער עקאָנאָמישער זיכערהייט. מיאַמי איז געאָגראַפֿיש נישט צו ווײַט פֿון דרום־אַמעריקע און דערצו האָט זי שוין אַ גרויסע שפּאַניש־רעדנדיקע אימיגראַנטישע באַפֿעלקערונג; דערפֿאַר פֿילן זיך דאָרטן די נײַע ייִדישע תּושבֿים ווי אין דער היים.

דער באַריכט האָט געוויזן, אַז דער פּראָצענט פֿון אויסלענדיש־געבוירענע אימיגראַנטן צווישן די ייִדן אין מיאַמי דערגרייכט 33 פּראָצענט — גרעסער, ווי אין וועלכע־ניט־איז אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט. צווישן די 2.6 מיליאָן תּושבֿים פֿון דער שטאָט, זענען 51 פּראָצענט געבוירן געוואָרן אין אַן אַנדער לאַנד. די צאָל דערוואַקסענע לאַטײַן־אַמעריקאַנער צווישן די מיאַמער ייִדן איז במשך פֿון די לעצטע צען יאָר צוגעוואַקסן, לויט די ידיעות פֿון דער פֿעדעראַציע, אויף 57 פּראָצענט.

מישעל לעבגאָלד, די הויפּט־פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פֿעדעראַציע פֿאַר פּלאַנירונג־ענינים, האָט דערקלערט, אַז לעצטנס האָט מען באַמערקט אין דער שטאָט אַ כוואַליע פֿון נײַע ייִדישע תּושבֿים. צום ערשטן מאָל האָט די שטודיע באַשטעטיקט דעם דאָזיקן פֿענאָמען מיט קאָנקרעטע ציפֿערן. לעבגאָלד האָט צוגעגעבן, אַז דאָס איז באַזונדערס וויכטיק, ווײַל אינעם פּעריאָד פֿון 1975 ביז 2004 האָט די צאָל ייִדן אין דער שטאָט געהאַלטן אין איין פֿאַלן.

די גרעסטע גרופּע אויסלענדיש־געבוירענע ייִדישע אימיגראַנטן אין מיאַמי זענען אָבער נישט לאַטײַן־אַמעריקאַנער, נאָר ישׂראלים, וואָס באַטרעפֿן בערך 5,180 נפֿשות. די צווייט־גרעסטע גרופּע פֿון 3,700 ייִדן זענען געקומען פֿון קובע. טויזנטער נײַ־געקומענע ייִדן שטאַמען אויך פֿון אַרגענטינע, ווענעזועלע, קאָלאָמביע און קאַנאַדע.

אַ טייל פֿונעם באַפֿעלקערונג־אויפֿשטײַג האָט צו טאָן מיט די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס האָבן אַ סך קינדער. די צאָל אָרטאָדאָקסישע משפּחות איז געשטיגן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר פֿון 9 ביז 11 פּראָצענט. די צאָל רעפֿאָרמער משפּחות איז אויך צוגעוואַקסן — פֿון 27 ביז 31 פּראָצענט. להיפּוך, איז די קאָנסערוואַטיווע באַפֿעלקערונג מערקווירדיק געפֿאַלן — פֿון 32 ביז 26 פּראָצענט צווישן די אָרטיקע ייִדישע הויז־געזינדער. די זעלבע פּראָפּאָרץ, אַרום 32 פּראָצענט, האַלטן זיך ווי „סתּם ייִדן‟.

די שטודיע, אָנגעפֿירט דורך אײַראַ שעשקין, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געאָגראַפֿיע אינעם מיאַמי־אוניווערסיטעט, האָט אַרומגענומען 2,020 ייִדן. די מדרגה פֿון פּינקטלעכקייט איז פּלוס־מינוס 2.2 פּראָצענט.