זײַענדיק אַ טוריסט אין בריסל, האָב איך זיך באַקענט מיט דער טאָכטער פֿון אַן אַמאָליקן חזן און זינגער אין לאַנד, און זי האָט מיר געשאָנקען אַ קאָמפּאַקטל פֿון איר טאַטן, אַ קאָפּיע פֿון אַ פּלאַטע, וואָס איז אַרויס אין די 1960ער יאָרן. ווי אַ געטרײַע טאָכטער, האָט זי זיך געזאָרגט, אַז דעם גוטן שם פֿון איר טאַטן וועט די וועלט צו גיך פֿאַרגעסן. צוהערנדיק זיך צו דער רעקאָרדירונג, האָב איך געטראַכט: יאָ, זאָל מען וויסן און געדענקען, אַז ס’איז אַמאָל געווען אַזאַ פֿײַנער ייִדישער זינגער אין בעלגיע ווי בערנאַרד פֿריילעך.
געבוירן אין 1922 אינעם פּוילישן שטעטל אָלקוש, לעבן קראָקע, איז בערנאַרד (בערעק) פֿריילעך געקומען מיט זײַן משפּחה קיין ליעזש, בעלגיע אין 1926. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ שנײַדער צוזאַמען מיט זײַן ברודער, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט ער שטודירט אין דער „מלוכישער קאָנסערוואַטאָריע‟. אַ דאַנק דעם דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, האָט ער שטודירט אַפֿילו בעת דער אָקופּאַציע פֿון דער שטאָט, ווען מע האָט געשטעמפּלט „ייִד‟ אויף זײַן אידענטיפֿיציר־קאַרטל. אין 1942 האָט ער באַקומען די העכסטע אויסצייכענונג פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע, אָבער די אויסטיילונג האָט מען אָפּגעהאַלטן בסוד, די נאַציס זאָלן זיך נישט דערוויסן וועגן דעם.
נאָך דער מלחמה האָט ער ווײַטער פֿאַרדינט ווי אַ שנײַדער, אָבער יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס געזונגען ווי אַ חזן אין דער ליעזשער סינאַגאָגע פֿון 1947 ביז 1970. אין די 1950ער יאָרן איז ער אָפֿט אויפֿגעטראָטן אין פּאַריז, וווּ ער האָט געזונגען פּאָפּולערע לידער אויף פֿראַנצייזיש. אין ליעזש און אַנטווערפּן האָט ער געזונגען אויף ייִדישע חתונות און בר־מיצוות ביז זײַן טויט אין 1973. זײַנע חסידים אין ליעזש האָבן געשאַפֿן אַ קלוב לכּבֿוד זײַן געזאַנג. אַ פֿילם פֿון זײַנס אַ פֿאָרשטעלונג אויף פֿראַנצייזיש אין 1960 אין ליעזש, קען מען זען בײַ דער פֿאַרבינדונג:
די איינציקע פּלאַטע, וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט, נעמט אַרײַן חזנישע שטיקלעך, סײַ נײַערע קאָמפּאָזיציעס, סײַ טראַדיציאָנעלע, און ייִדישע לידער. אין אַזוינע לידער ווי „בײַם תּהילים‟ און „אלי, אלי‟ הערט מען די השפּעה פֿון חזן מרדכי הערשמאַן, וועלכער די „פֿײַנשמעקער‟ פֿון חזנות האָבן געפּסקנט, אַז זײַן האַרציקער אויסטײַטש פֿון ייִדישע לידער איז בעסער פֿון זײַן חזנות. פֿאַר מײַנע אויערן זינגט פֿריילעך מיטן פּאַסיקן באַלאַנס פֿון דבֿקות און געפֿיל; דאָס הייסט, ער גאָרגלט זיך נישט צו פֿיל. דער אָרקעסטער מיטן פֿידל בראָש גיט צו נאָך ייִדישע קרעכצן צו די לידער, וואָס איז נישט נייטיק. פֿריילעך זינגט אויסדריקלעך צוויי געבירטיגס לידער — „עס ברענט‟ און „דרײַ טעכטערלעך‟, אָבער אינעם ליד „דאָס פּאַסטעכל” („איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟), באַווײַזט ער, וואָס ער קען אויפֿטאָן מיט זײַן טרענירט קול. ווי ווײַט איך ווייס, קען מען דאָס קאָמפּאַקטל נישט קויפֿן, אָבער געוויסע לידער קען מען הערן אויף דער אינטערנעץ.
מיטן פּראָדוקטיוון בערלינער זינגער קאַרסטען טרויקע האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט דעם פֿרילינג, כאָטש ער איז צווישן די באַקאַנטסטע זינגערס פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד. איך בין נישט אין גאַנצן שודליק אין דעם, ווײַל ער קומט גאָר זעלטן קיין אַמעריקע. זײַן ערשט קאָמפּאַקטל פֿון טאַנגאָס אויף ייִדיש, האָבן מיר געהאַט רעצענזירט, און אין 2012 האָט ער אַרויסגעלאָזט דאָס צווייטע — „נאָך אַמאָל: טאַנגאָ אויף ייִדיש‟, פֿון דער פֿירמע Oriente Music.
טרויקע האָט זיך אויסגעלערנט גוט ייִדיש און האָט אויך רעקאָרדירט זעלטענע לידער בײַ די בערלינער ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אָדער בײַ די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד. אין די טאַנגאָס האָט טרויקע טאַקע געפֿונען אַ תּיקון פֿאַר זײַן כּמעט הייזעריק קול. אויף דעם קאָמפּאַקטל זינגט ער די לידער פֿון די פּאָפּולערע זינגערס בן־ציון וויטלער, מאַקס פּערלמאַן און אַנדערע, וואָס זייערע שטימען האָבן אויך געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן אויסטײַטש, און ווייניקער אויף דער שטאַרקייט פֿונעם קול. נישט נאָר הערט מען דאָ אַזוינע באַקאַנטע טאַנגאָס, ווי „איך האָב דיך צופֿיל ליב‟ און „גליק‟, נאָר ווייניקער באַקאַנטע, ווי מאַקס פּערלמאַנס חנעוודיק לידעלע „אהבֿה‟ מיט דער סטראָפֿע:
ווײַל אונדזערע אָבֿות אָבֿותינו שוין אַליין
זענען אויך אַמאָל גרויסע ראָמאַנטיקער געווען.
יעדער זאָגט „איך ליב דיך” און יעדער אין זײַן שפּראַך
בײַ אונדז זאָגן די בחורים: אני אוהבֿ אותּך.
קיין שייקספּיר איז דאָס נישט, אָבער די לידער האָט אונדזער טעאַטער־עולם געשלונגען. נישט אַלע לידער, וואָס טרויקע זינגט זענען טאַנגאָס. „מזל‟, למשל, האָט אַ וואַלץ־ריטעם. פֿאַר טייל לידער שאַפֿט טרויקע אַ טאַנגאָ־ריטעם, ווי „שיין ווי די לבֿנה‟. עס קומט אים אויך אַ יישר־כּוח, וואָס ער נעמט אַרײַן די ייִדישע ווערטער מיט ייִדישע אותיות אין דעם ביכל, וואָס באַגלייט די רעקאָרדירונג.
פֿון העלסינקי, פֿינלאַנד, האָט מען באַקומען צוויי רעקאָרדירונגען. די ערשטע, אַ קאַפּעליע, וואָס הייסט „פֿריילעך מיט קניידלעך‟. די גרופּע איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1998, אָבער זעט אויס, אַז ערשט מיט צען יאָר שפּעטער, אין 2008 איז אַרויס דאָס ערשטע קאָמפּאַקטל אירע. אַז די מוזיקער זענען קלאַסיש טרענירט, הערט מען באַלד, און אַז די אַראַנזשירונגען האָט מען, דער עיקר, געליגן בײַ אַנדערע קאַפּעליעס, הערט מען אויך, אָבער דאָס שטערט נישט, ווײַל מע שפּילט גוט צוזאַמען. אַ פֿאָלקישער קלעזמערקלאַנג איז געבליבן אַ דאַנק דעם באַס, וואָס איקאַ הענאָנען שפּילט מיט אַ סמיטשיק ווי אין די אַלטע, גוטע צײַטן. אַ צימבל שפּילט אויך אין געוויסע לידער. צוויי לידער זינגט מען, און „סאַפּאַזשקעלעך‟ זינגט גאָר שיין אַ גאַסטזינגערין נאַנאַ ראָזענגאַרד. צום באַדויערן, האָט מיכל גאָרדאָנס ליד „די משקה‟, געזונגען פֿון דניאל שאַול, צופֿיל שפּראַכיקע גרײַזן, הנאה צו האָבן פֿון דעם, נישט געקוקט אויף זײַן באַגײַסטערטער פֿאָרשטעלונג.
דאָס צווייטע קאָמפּאַקטל פֿון העלסינקי שטאַמט פֿון 1983 — אַ קאָמפּאַקטל פֿון „הזמיר‟, דעם ייִדישן כאָר פֿון דער שטאָט. די כאָר־אַראַנזשירונגען זענען נישט קיין קאָמפּליצירטע, אָבער דערפֿאַר כאַפּט מען יעדעס וואָרט — דאָס נישט פֿאַרשטיין איז אַלע מאָל אַ סכּנה בײַ די גרויסע כאָרן. דער אויסקלײַב פֿונעם דיריגענט לעאָ סקורניק האָט אונדז הנאה געטאָן: צווישן זיי — פֿאָלקסלידער, וואָס מע הערט זעלטן הײַנט, ווי „כאַצקעלע‟ און „אויף מיזרח־זײַט‟. איך בין נישט מסכּים מיט אַלע אויסטײַטשונגען פֿון די לידער, אַמאָל צו טרויעריק, אַ מאָל צו פֿריילעך, אָבער בכלל קען דער פֿינישער ייִדישער כאָר „הזמיר‟ זיך פֿאַרמעסטן מיט די בעסטע ייִדישע כאָרן אויף דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.