די מאָסקווער ייִדישע קהילות פּראַווען סוכּות. לכּבֿוד דעם יום־טובֿ האָט מען לעבן אַלע שילן אויסגעבויט סוכּות. די קהילה „חבֿרים‟ אין דרום־מערבֿ מאָסקווע האָט געמאַכט אַ סוכּה אויף אַ וועראַנדע פֿון אַ כּשרער קאַפֿעטעריע, וואָס געהערט צו דער גרויסער נעץ „שאָקאָלאַדניצע‟. ווער סע וויל, קען אַרײַנגיין און טאָן אַ מיצווה פֿון בענטשן די אַרבע־מינים.
דער טעמע פֿון צײַטווײַליקער אַרכיטעקטור — געבײַדעס, וואָס ווערן געבויט נאָר אויף עטלעכע טעג — ווערט געווידמעט יעדעס יאָר אַ לעקציע, אָרגאַניזירט דורך דעם ייִדישן בילדונג־פּראָיעקט „אשכּולות‟. אין דער אידעע פֿון שטעלן אַ סוכּה האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן דערזען גאָר אַ מאָדערנעם אינהאַלט: איצט, זאָגן זיי, איז די באַפֿעלקערונג פֿון דער וועלט באַזונדערס באַוועגלעך, און עטלעכע פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אינעם לעבן פֿון אַ מעגאַפּאָליס קומען פֿאָר דווקא צווישן סטאַציאָנאַרע געבײַדעס, וואָס פֿאָדערן צײַטווײַליקע אײַנריכטונגען. דאָס יאָר ווערט די סוכּות־לעקציע אָרגאַניזירט אין אַזאַ צײַטווײַליקער געבײַדע — אין אַ פּאַפּיר־פּאַוויליאָן אין מאָסקווער גאָרקי־פּאַרק, וואָס האָט מיט 2 יאָר צוריק אויפֿגעבויט דער יאַפּאַנישער אַרכיטעקט שיגערו באַן. דעם רעפֿעראַט האַלט אַנאַ גוסיעוואַ, אַ היסטאָריקערין פֿון אַרכיטעקטור. זי האָט דעמאָנסטרירט דזשייסאָן האַטס פֿילם „סוכּה־סיטי‟ (וואָס איז אַרויס אין אַמעריקע אין 2013) און דערציילט וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן סוכּות און דער יאַפּאַנישער פּאַפּיר־אַרכיטעקטור.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי פֿירט דורך אַ ציקל באַגעגענישן, געווידמעט דעם סאָוועטישן דזשעז, וואָס איז געווען פּאָפּולער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920־1930ער יאָרן. די וואָך האָט קיריל מאָשקאָוו געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן וואַלענטין פּאַרנאַך, דער ערשטער סאָוועטישער דזשאַזמאִַן און אויך אַ פּאָעט, אַן איבערזעצער און אַ טענצער. די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע האָט ער פֿאַרבראַכט אין אימיגראַציע אין פּאַריז, נאָר אין 1922 איז ער צוריקגעקומען קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט געשאַפֿן זײַן אַנסאַמבל. זײַן ערשטער אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען דעם 1טן אָקטאָבער 1922, וואָס ווערט פֿאַררעכנט ווי דער געבורטסטאָג פֿון סאָוועטישן דזשעז.
די וואָך האָט זיך אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן דער פֿעסטיוואַל פֿון דער רוסלענדישער דאָקומענטאַרער קינעמאַטאָגראַפֿיע. איינער פֿון די שטיצערס פֿונעם פֿעסטיוואַל איז דער „רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס‟. ער האָט געבראַכט קיין ניו־יאָרק יעלענאַ יאַקאָוויטשס פֿילם „וואַסילי גראָסמאַן: איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז איך בין געשטאָרבן‟. דער פֿילם איז געווידמעט דעם באַרימטן סאָוועטישן שרײַבער, וואָס האָט צוזאַמען מיט איליאַ ערענבורג געשאַפֿן דעם „שוואַרצן בוך‟ וועגן דעם אומקום פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום. באַזונדערס באַרימט האָט אים געמאַכט זײַן ראָמאַן „לעבן און גורל‟. דעם דאָקומענטאַר האָט מען פֿילמירט אין באַרדיטשעוו, וווּ ס׳איז אין דער געטאָ אומגעקומען גראָסמאַנס מוטער. אינעם פֿעסטיוואַל האָט דער פֿילם באַקומען די פּרעמיע „פּנימער פֿון רוסלאַנד‟.
אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, וווּ מע האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַ בוך פֿון דער ייִדישער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע, אַ לעבן־געבליבענע פֿון דער ווילנער געטאָ. איר ערשט בוך „איך מוז דערציילן‟ האָט זי אָנגעשריבן אין ייִדיש, וואָס איז שפּעטער איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַ סך אַנדערע שפּראַכן. איצט איז ראָלניקײַטע 87 יאָר אַלט, זי וווינט אין פּעטערבורג, שרײַבט אויף רוסיש און ייִדיש, און זעצט איבער ווערק פֿון ייִדיש אויף רוסיש. איר איצטיק בוך, אַ זאַמלבוך פֿון דערציילונגען, וואָס הייסט, „אַליין מיטן זכּרון‟, איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿון דער באַרימטער לענינגראַדער ליטעראַרישער צײַטשריפֿט „זוועזדאַ‟ (שטערן). דער זאַל פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער אין פּעטערבורג איז געווען פֿול־געפּאַקט.
מיט אַ וואָך צוריק איז אין ירושלים ניפֿטר געוואָרן ראַלף גאָלדמאַן, וואָס זײַן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט געווען ריזיק. לאַנגע יאָרן איז גאָלדמאַן געווען דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם אַמעריקאַנער „דזשאָינט‟, און האָט אַ סך אַרײַנגעבראַכט אין דער אַנטוויקלונג פֿון גמילות־חסד אין מאָסקווע. מיט זײַן שטיצע זענען געשאַפֿן געוואָרן דער מאָסקווער אָפּטייל פֿון „דזשוינט‟, די וווילטעטיקע פֿונדאַציע „יד עזרה‟, און די אַקאַדעמישע אָרגאַניזאַציע „ספר‟. ראַלף גאָלדמאַן איז געווען 100 יאָר אַלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.