אַ וואַך־אָרגאַניזאַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם האָט געוואָרנט, אַז זי וועט אָנקלאָגן אין געריכט די פֿראַנצייזישע מוניציפּאַליטעט וואַלענטאָן, וואָס האָט אַ נאָמען געגעבן אַ גאַס נאָך מאַרוואַן באַרגוטי — אַ פּאַלעסטינער, וועלכער איז מיט יאָרן צוריק פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן דערהרגעט ישׁראלים.
דער „לאַנדישער ביוראָ פֿאַר וואַכיקייט קעגן אַנטיסעמיטיזם‟, אָדער BNVCA, האָט מיטוואָך זיך געגרייט צו בעטן בײַ אַן אַדימיניסטראַטיוון געריכט צו אַנולירן דעם שריט מצד דער מוניציפּאַליטעט וואַלענטאָן, לעבן פּאַריז, האָט סעמי גאָזלאַן, דער גרינדער פֿון BNVCA, געזאָגט דער ייִט״אַ. די אָרגאַניזאַציע וועט אויך איבערגעבן דער פּאָליציי, אַז דאָס געבן אַ גאַס אַ נאָמען נאָך אַ טעראָריסט איז אַ מין העצע דורכצופֿירן אַ פֿאַרברעכן, האָט ער צוגעגעבן.
„דאָס באַערן אַ מערדער איז נישט־דערטרעגלעך,‟ האָט גאָזלאַן געזאָגט וועגן דער דעדיקאַציע פֿון דער גאַס אין ווענטאָן מיט אַ חודש צוריק. באַרגוטי איז פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿון אַ ישׂראלדיקן געריכט אין 2004 פֿאַר האָבן אויספּלאַנירט צענדליקער טייטלעכע טעראָריסטישע אַטאַקן.
בעת דער דעדיקאַציע פֿון דער „ליק אויפֿן נאָמען פֿון מאַרוואַן באַרגוטיי‟ דעם 15טן סעפּטעמבער, האָט די בירגערמײַסטערין פֿון וואַלענטאָן, פֿראַנצואַז באָו, באַצייכנט באַרגוטי ווי „אַ סימבאָל פֿון דער געטרײַער רעזיסטאַנץ פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק קעגן דער אָקופּאַציע, די פֿאַרברעכנס, דעם אַפּאַרטהײַד און דער קאָלאָניזאַציע דורכגעפֿירט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג‟.
בעת דער זעלבער צערעמאָניע האָט באָו, אַ מיטגלידין פֿון דער פֿראַנצייזישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געגעבן אַ צווייטער גאַס אַ נאָמען נאָך נעלסאָן מאַנדעלאַ, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דרום־אַפֿריקע און אַן אַנטי־אַפּאַרטהײַד אַקטיוויסט.
„צו דערמאָנען די נעמען פֿון ביידע מענער מיט איין מאָל פֿאַרקלענערט דעם כּבֿוד פֿון מאַנדעלאַ,‟ האָט באַמערקט שמעון סעמיועלס, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען אינעם „שמעון וויזנטאַל צענטער‟. גאָזלאַן האָט צוגעגעבן, אַז אין די שווערע צײַטן, ווען עס וואַקסט די צאָל בלוטיקע אַטאַקן אויף ייִדן אין פֿראַנקרײַך צוליב די ישׂראלדיקע אַקציעס, קאָן אַזאַ שריט „מוטיקן מענטשן דורכצופֿירן נאָך מער אַטאַקן אויף ייִדן‟. מיט פֿינף יאָר צוריק איז באַרגוטי באַצייכנט געוואָרן ווי אַן ערן־בירגער פֿון וואַלענטאָן. די מוניציפּאַליטעט האָט אויך בדעה אונטערצושרײַבן אַ סימבאָלישן אָפּמאַך מיטן פּליטים־לאַגער באַלאַטאַ אויפֿן מערבֿ־ברעג, ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט די פּאַלעסטינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.