(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ייִדישע און העברעיִשע ראַדיאָ־אוידיציעס שטײען אין סכּנה צוליב דעם, וואָס די פֿעדעראַלע רעגירונג שנײַדט איר בײַשטײַערונג פֿאַר דער עטנישער ראַדיאָ־סטאַנציע, „עס־בי־עס‟ (ספּעציעלע בראָדקאַסט דינסט). איר בודזשעט וועט ווערן שטאַרק פֿאַרקלענערט הײַיאָר. דאָס וועט דערפֿירן דערצו, אַז די סטאַנציע וועט מוזן שנײַדן ביז אַ העלפֿט פֿון אירע אוידיציעס אין פֿרעמדע שפּראַכן, לויט דער וואָכנשריפֿט „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟.
אַ פֿאָרשטייער פֿון „עס־בי־עס‟ פֿאַרזיכערט, אַז די סטאַנציע האָט נאָך נישט באַשלאָסן וואָס צו שנײַדן פֿון איר בודזשעט. דער מיניסטער פֿאַר קאָמוניקאַציע, מעלקאָלם טערנבול, זאָגט, אַז כאָטש עס וואָלט געווען לײַכטער צו שנײַדן דעם בודזשעט דורך שנײַדן די צאָל אוידיציעס, האָפֿט ער, אַז די סטאַנציע וועט געפֿינען אַנדערע מיטלען, ווי אַזוי צו שנײַדן דעם בודזשעט.
עס ווערט דערוואַרט, אַז די „עס-בי-עס‟ וועט מעלדן אירע נײַע פּלענער במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די לאָקאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן גערעדט מיטן מיניסטער טערנבול ביז אַהער וועגן דער לאַגע פֿון די ייִדישע און העברעיִשע אוידיציעס, און וועלן ווײַטער פֿאָדערן די רעכט פֿון די ייִדישע שפּראַכן. ייִדישע און העברעיִשע אוידיציעס אויף דער עטנישער ראַדיאָ־סטאַנציע „3 ז-ז-ז‟, וואָס געהערט נישט צו דער רעגירונג, וועלן ווײַטער אָנגיין ווי ביז אַהער. ייִדישע און העברעיִשע אוידיציעס אויף דער לאָקאַלער סטאַנציע „דזשיי-אייר‟, וואָס קען געהערט ווערן אויף דער אינטערנעץ, וועלן אויך אָנגיין ווי ביז אַהער.
דער ייִדישער אַקטיאָר, לערער און ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט אַלעקס דאַפֿנער וועט רעדן בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿונעם מעלבורנער ייִדישן יוגנט־טעאַטער, וווּ ער אַליין האָט יאָרן לאַנג געשפּילט אַ באַדײַטנדיקע ראָלע. דער רעפֿעראַט איז אַ טייל פֿון אַ סעריע רעפֿעראַטן, וואָס ווערט צוגעגרייט דורך די ייִדיש־קורסן אויפֿן נאָמען פֿון „קראָנהיל-פּלעטקאַ‟, בײַם אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע און וועט פֿאָרקומען אויפֿן קאָלפֿילדער־קעמפּוס פֿון מאָנאַש־אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.