די האַרבסטיקע יום־טובֿים איז די בעסטע צײַט אַרױסצונעמען דאָס אַלטע טעלעפֿאָן־ביכל און אָנקלינגען יענע קאָלעגעס, מיט װעלכע ס’קומט ניט אױס איבערצורעדן אין פֿאַרלױף פֿון יאָר. ס’רובֿ פֿון זײ האָבן שױן פֿאַרלאָזט זײערע מלוכישע און דיפּלאָמאַטישע פּאָסטן, אָבער זײ אַלע פֿירן ווײַטער אָן כּלערלײ בכּבֿודיקע אינסטיטוציעס, דעריבער איז זײער מײנונג װעגן דער הײַנטצײַטיקער אַלגעמײנער לאַגע תּמיד אַקטועל, פּינקטלעך און פֿריש.
נאָך די געװײנטלעכע װינטשעװאַניעס קומט שטענדיק צום „גאָלדענעם שליסל‟: נו, װאָס הערט זיך עפּעס נײַעס? אָבער דאָס יאָר, אַנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן ענטפֿער: מע גאָלט זיך, מע שערט זיך, און עס װאַקסט װײַטער, האָבן מיר אַלע געעצהט איבערצולײענען מיט „קאָפּ‟ די לעצטע רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער „יו־ען‟, װײַל „דאָס איז ניט סתּם אַ רעדע, נאָר אַ קאַמף־פּראָגראַם פֿון דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע אױף די נאָענטסטע צען יאָר; און די רעזולטאַטן פֿונעם קאַמף װעלן דיקטירן דער גאַנצער װעלט די נײַע געזעצן פֿון די ציװיליזאַציע־כּללים אױף די װײַטערדיקע הונדערט יאָר‟.
גוט, אַז קלוגע מענטשן עצהן, דאַרף מען זײ פֿאָלגן. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט באַשטימט, און טאַקע זײער קלאָר, די כּלל־פּרינציפּן פֿון דער קומענדיקער ציװיליזאַציע. איך בין ניט זיכער צי זײַנע באַהעלפֿער האָבן אַ מאָל געלײענט מאַקס פֿרישס ראָמאַן „האָמאָ פֿאַבער‟, אָבער דאָרט איז געזאָגט געוואָרן, אַז „ציװיליזאַציע הײבט זיך אָן דאָרטן, װוּ די מענטשן הערן אױף צו פּאַטשקען אונטער זײערע אײגענע פֿענצטער‟.
די לעצטע רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער „יו־ען‟ האָט מיך, אַ פּשוטן מענטש, דערפֿרײט און אַנטױשט. אַנטױש האָט זי מיך דערפֿאַר, ווײַל דער אױפֿרוף צו פֿאַראײניקן די כּוחות פֿון די דעמאָקראַטישע לענדער, װי אױך פֿון די „ניט־דעמאָקראַטישע‟, אָבער מעסיקע מוסולמענישע רעזשימען, קעגן די אַכזריותדיקע איסלאַמיסטן, איז געקומען מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג אױף גוטע צװאַנציק יאָר; און איך בין ניט זיכער צי אין מדינת־ישׂראל װעט זיך געפֿינען כאָטש אײן רעאַליסטיש דענקענדיקער מענטש, װעלכער גלײבט, אַז סײַ די ראַדיקאַלע און סײַ די מעסיקע איסלאַמיסטן װעלן לאָזן די ייִדן צו רו, װײַל עס איז ניטאָ קײן אײן היסטאָרישער באַװײַז, אַז אין משך פֿון די לעצטע צװײ טױזנט יאָר איז געװען אַנדערש אָדער ס’װעט קאָנען זײַן אַנדערש.
די פֿרײד מײַנע איז קלענער פֿון דער אַנטױשונג, אָבער דאָך אַ פֿרײד. סוף־כּל־סוף, האָבן די דעמאָקראַטישע לענדער אָנערקענט, אַז זײ אַלײן, מיט זײערע אײגענע הענט האָבן אױפֿגעכאָװעט אַ פֿרישן דור „הײמישע דזשיהאַדיסטן‟, און איצט, גאָט צו דאַנקען, װעלן זײ מוזן אָנהײבן צו „רײניקן אונטער זײערע אײגענע פֿענצטער.‟ אױב ניט אױף די שלאַכטפֿעלדער אין אַזיע און אַפֿריקע, טאָ כאָטש בײַ זיך אין דער הײם. אַזױ צי אַנדערש, נאָר װאָס װײניקער פּאַטאַלאָגישע רוצחים װעט בלײַבן אױף דער װעלט, אַלץ רויִקער װעלן זיך פֿילן אונדזערע קינדער און אײניקלעך.
ישׂראל געפֿינט זיך זײער װײַט פֿון אַמעריקע, נאָר דער פֿעסטער סטראַטעגישער בונד צװישן אונדזערע לענדער דערלױבט אונדז צו פֿילן זיך גאַנץ זיכער בעת די פֿײַנטלעכע זאַװערוכעס, װעלכע האָבן זיך ניט פֿאַרזאַמט צו קומען גלײַך נאָך דער אַזױ־גערופֿענער „אַראַבישער װעסנע‟. און די זאַװערוכעס בושעװען ממש בײַ די גרענעצן פֿון מדינת־ישׂראל. די אײנציקע זאַך אין דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, װעלכע באַאומרויִקט די ציװילע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל, איז די רשימה פֿון די „מעסיקע מוסולמענישע לענדער‟, און צװישן זײ — קאַטאַר און מאַלײַזיע.
אַ קשיא אױף אַ מעשׂה… צי איך האָב פֿאַרשלאָפֿן די רגע, װען דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט אױסגעמעקט דעם „כאַמאַס‟ פֿון דער רשימה פֿון די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, צי אפֿשר דער ישׂראלדיקער זיכערקײט־אַמט האָט זיך טועה געװען, װען ער האָט אָפֿן געמאָלדן, אַז דער „מעסיקער‟ קאַטאַר האָט סובסידירט די מיליטערישע טרענירונג־באַזעס פֿון „כאַמאַס‟ אױף דער טעריטאָריע פֿון דער „מעסיקער‟ מאַלײַזיע. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז ניט מדינת־ישׂראל װעט אָנװײַזן די פֿאַראײניקטע שטאַטן, מיט װעמען זיך צו חבֿרן, אָבער, אַז צװײ פֿרײַנדלעכע דעמאָקראַטישע לענדער חבֿרן זיך קעגן די רוצחישע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, װאָלט געװען גאָר ניט שלעכט צו װיסן, װער צאָלט אָפּ די חשבונות פֿאַר די בלוטיקע סעודות פֿון „כאַמאַס‟. איך װײס ניט פֿאַר װאָס, נאָר די טובֿה, װעלכע דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָט געטאָן די „מעסיקע‟ רעזשימען פֿון קאַטאַר און מאַלײַזיע, רופֿט בײַ מיר אַרױס מער אומרויִקײט װי די לצנישע נצחון־קװיטשן פֿון די „כאַמאַס‟־מערדער, אַז „דער טױט שטײט העכער פֿון לעבן‟.
פֿאָלקס־װערטלעך פֿון מײַן באָבע מילכּה, זאָל זיך מיִען, און צװישן זײ אַ װערטל, װאָס זי פֿלעגט מיר איבערחזרן זײער אָפֿט: אױב דו װילסט נישט האָבן קײן איבעריקע שׂונאים, טו יענעם נישט קײן ניט־געבעטענע טובֿות. איך בין זיכער, אַז מײַן באָבע האָט קײן מאָל ניט געלײענט דעם ספֿר „אַלפֿא ביתּא דבן־סירא‟, װײַל זי האָט בכלל ניט געקענט לײענען, אָבער דאָס װערטל װעגן דער קרובֿהשאַפֿט צװישן די „טובֿות און שׂונאים‟ איז טאַקע פֿאַרצױגן פֿון „בן־סירא הקטן‟־ספֿר, װעלכער איז געדרוקט געװאָרן אין 1519 אין קושטאַ, און איז פֿול מיט די שפּריכװערטלעך פֿון זײער אַן אַלטן ספֿר, „חכמת בן־סירא‟, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן אין דריטן יאָרהונדערט פֿאַר דער נײַער צײַט־רעכענונג.
איך װײס ניט צי די ייִדישע עצה־געבער פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָבן צײַט אַרײַנצוקוקן אין בן־סיראס ספֿרים, אָבער קלוגשאַפֿט ווערט נישט פֿאַרעלטערט, אַפֿילו אויב זי איז אַרױסגעזאָגט געװאָרן מיט צװײ טױזנט דרײַ הונדערט יאָר צוריק. און עס מאַכט ניט אױס, אַז מיט קאַטאַר און מאַלײַזיע האָט אין יענע צײַטן אַפֿילו ניט געשמעקט. אָט, הערט אַן אַלטע, אַלטע מעשׂה…
אײן ייִד איז אַמאָל געגאַנגען צופֿוס קײן ארץ־ישׂראל. אויפֿן וועג האָט ער צופֿעליק דערהערט ווי צוויי ראָבן, אַ פֿאָטער מיט אַ זון, קריגן זיך, און דער פֿאָטער מסרט דעם זון: „פֿאַר וואָס האָסטו זיך ניט צוגעהערט צו מײַן עצה וועגן יענעם מאַן, וואָס איז געלעגן אין פֿעלד? האָסט סתּם געהאַט חשק אויפֿצועסן זײַנע אויגן?… כ’האָב דיך געוואָרנט, אַז דו זאָלסט עס ניט טאָן, ווײַל ס’קען זײַן, אַז ער איז נאָך לעבעדיק. און אַ לעבעדיקער מענטש קײן זײַן זײער געפֿערלעך. און דו? דו האָסט זיך אײַנגערעדט, אַז ער איז טויט, און ביסט אַרונטער. װען ער האָט דיך געכאַפּט און דו האָסט אָנגעהױבן שרײַען… נאָר צוזעענדיק דײַנע לײַדן, האָב איך אים געמוזט װײַזן, װוּ עס ליגט דער אוצר, כּדי ער זאָל דיך אָפּלאָזן. אַזוי ביסטו אױך אין אַנדערע זאַכן ניט געהאָרכזאַם.‟
נאָך דעם, ווי דער אַלטער ראָב האָט אױסגעמסרט זײַן זון און יענער האָט אים ניט געפֿאָלגט, איז דער אַלטער שטאַרק אין כּעס געװאָרן און דערהרגעט דעם יונגן. ווען דער כּעס איז בײַ אים אַוועק, האָט ער שױן חרטה געהאַט אויף זײַנע אַכזריותדיקע מעשׂים. ער איז אַוועקגעפֿלויגן און געבראַכט אַ גרעזל אין שנאָבל, עס צוגעלײגט צו זײַן זונס טױטן קערפּערל און אים צוריק לעבעדיק געמאַכט.
יענער מאַן, וועלכער האָט צוגעזען אַלץ, וואָס דער ראָב האָט געטאָן, האָט אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד דאָס גרעזל, עס באַהאַלטן אונטערן העמד און איז ווײַטער געגאַנגען קײן ארץ־ישׂראל. גײט ער װײַטער און אָט, אין מיטן דעם װעג דערזעט ער װי צװײ אַנדערע פֿייגל קריגן זיך. דער מאַן האָט זיך אָפּגעשטעלט צו זען װאָס ס‘װעט זײַן װײַטער, איז איין פֿױגל באַפֿאַלן דעם צווייטן און אים דערהרגעט. דער ערשטער פֿויגל איז באַלד אַוועקגעפֿלויגן. דער מאַן איז געבליבן שטײן און האָט געוואָלט זען, צי דער פֿױגל דער מערדער וועט לעבעדיק מאַכן דעם טױטן, ווי עס האָט געטאָן דער ראָב מיט זײַן זון. עס זײַנען פֿאַרבײַ צװײ שעה ביז דער ערשטער פֿויגל איז צוריקגעקומען מיט אַ גרעזל אין זײַן פּיסקל. ער האָט אַראָפּגענידערט און אַרויפֿגעלײגט דאָס גרעזל אױפֿן טױטן פֿױגל. דער טױטער איז באַלד לעבעדיק געװאָרן און זײ בײדע זײַנען אַװעקגעפֿלױגן.
ווען דער מאַן האָט דאָס דערזען, האָט ער אַ טראַכט געטאָן: „סטײַטש, וואָס שטײ איך דאָ?… כ’װעל נעמען די צװײ גרעזעלעך און מיט זײער הילף לעבעדיק מאַכן די טויטע פֿון ארץ־ישׂראל!‟
דער מאַן איז געגאַנגען װײַטער און אױפֿן װעג האָט ער זיך אָנגעשטױסן אױף אַ טױטן לײב. דערזען אַזאַ זאַך, האָט ער באַשלאָסן אױסצופּרוּװן דעם כּוח פֿונעם גרעזעלע און צוגעלייגט עס צום פּגר. װי באַלד דער מאַן האָט דאָס געטאָן, איז דער לייב לעבעדיק געוואָרן, אױפֿגעשפּרונגען אױף די לאַפּעס און צעריסן דעם בידנע מאַן אױף פּיץ־פּיצלעך. און די צוויי ראָבן זײַנען אַלץ געזעסן אױפֿן בױם, געקוקט אויפֿן אומגעקומענעם מאַן, און דער אַלטער האָט שטיל פֿאַרסך־הכּלט: „ווײ איז דיר, מענטש, װאָס דו האָסט מיט דעם װוּנדער־גרעזל זיך אַליין שלעכט געטאָן.‟
און טאַקע דעריבער האָט בן־סירא געזאָגט: „מאַך אַ רשע קײן טובֿות נישט, װעט דיר קײן שלעכטס ניט אַרױסקומען.‟
אָבער, ס’װײַזט אױס, אַז די פּאָליטישע טובֿות לטובֿת די „מעסיקע רשעים‟, דהײַנו, קאַטאַר און מאַלײַזיע האָבן צו טאָן מיט גאָר אַן אַנדערן פּסוק — כּסף מטהר ממזרים, דאָס געלט רײניקט אָפּ די באַסטאַרדן. אױך דער־אָ אױסדרוק איז זײער אַלט און געבױרן געװאָרן נאָך אין יענע װײַטע צײַטן, װען די „פֿרײַנדשאַפֿט‟ האָט זיך געגט מיטן „צדק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.