הרבֿ עריק קאָטקין, אַ באַקאַנטער סטודענטישער „קירובֿניק‟ און אַליין אַ בעל־תּשובֿה, האָט נישט לאַנג צוריק געטענהט אויף זײַן וועבזײַט Collegerabbi.com, אַז די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן באַטראַכטן די הלכה ווי אַ „ייִדישע ווערסיע פֿון לאַבירינטן און דראַקאָנען‟. אַ טיפּישער ייִדישער סטודענט, בפֿרט וואָס שטודירט קאָמפּיוטערײַ, קאָן גרינג כאַפּן אַזאַ משל. קאָטקין האָט געמיינט, אַז געוויסע ייִדן באַציִען זיך — צום גוטן צי צום שלעכטן — צו פֿרומקייט ווי צו אַ מין ראָלע־שפּיל. ס׳איז אָבער כּדאַי צו דערמאָנען אונדזערע לייענער, וואָס די „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ זענען, און פֿאַרוואָס זיי ווערן אַסאָציִיִרט מיט ייִדן.
דעם 30סטן סעפּטעמבער, האָט זיך אין די אַמעריקאַנער ביכער־קראָמען געוויזן דאָס נײַע בוך „וועגווײַזער צו די מאָנסטערס‟ (Monster Manual). די הילע זעט אויס ווי אַ טיפּישע אילוסטראַציע צו אַ פֿאַנטאַסטישן ראָמאַן; למעשׂה, איז עס אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון די געפֿערלעכע פּערסאָנאַזשן, אויף וועלכע מע קאָן זיך אָנשטויסן, ווען מע שפּילט אין „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ (Dungeons&Dragons, באַקאַנט ווי D&D). מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט מען געפּראַוועט דעם 40סטן געבוירן־טאָג פֿון דער דאָזיקער שפּיל, דערפֿאַר האָט מען באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וואַריאַנט פֿונעם אָריגינעלן „וועגווײַזער‟.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיש־שפּילן, האָט יעדע פֿיגור אין „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ אַן אייגענעם כאַראַקטער. עס טרעפֿן זיך גוטע און שלעכטע, מסודרדיקע און כאַאָטישע פּערסאָנאַזשן, כּישוף־מאַכערס און גנבֿים, איידעלע ריטער און בייזע פּיפּערנאָטערס, ווי אויך כּלערליי קאָמבינאַציעס פֿון די דאָזיקע בחינות. די דערפֿינדער, גאַרי גײַגעקס און דייוו אַרנעסאָן, האָבן אויסגענוצט די באַקאַנטע מאָטיוון פֿון וועלט־מיטאָלאָגיע און קלאַסישע פֿאַנטאַסטישע ביכער, און צוגעטראַכט אַ שפּילערײַ, וואָס דערמעגלעכט יעדן אויסצוטראַכטן אַן אייגענעם סוזשעט און אויסצושפּילן עס אויף דער שפּיל־ברעט.
איין מענטש — דער „לאַבירינט־מײַסטער‟, טראַכט אויס דעם סוזשעט און פֿירט אָן מיט די אַנדערע, וואָס קלײַבן אויס זייערע פּערסאָנאַזשן. אין פּרינציפּ, קאָן אַפֿילו איין מענטש שפּילן אַליין, און אינעם פֿאַל פֿון קאָמפּיוטער־ווערסיעס איז עס די געוויינטלעכע סיטואַציע. צווישן די באַקאַנטסטע פֿיגורן אינעם „וועגווײַזער‟ זענען כּלערליי מינים גולמס — בסך־הכּל, הונדערטער פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן.
הגם די אָריגינעלע „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ טיש־שפּיל מיט פּלאַסטיק־פֿיגורקעס און אומגעוויינטלעכע טשיקאַווע ווערפֿלעך, האָט זי איבערגעלאָזט אַ ריזיקע השפּעה אויף דער הײַנטיקער וועלט פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַען. אומצאָליקע שפּיל־פּראָגראַמען, וואָס האָבן צו טאָן מיט מלחמה־סטראַטעגיעס און אַוואַנטורע־נסיעות, שטעלן מיט זיך פֿאָר עלעקטראָנישע ווערסיעס פֿונעם אָריגינאַל, אָדער, לכל־הפּחות, שעפּן דערפֿון פֿאַרשיידענע אידעען.
דער פּראָפֿעסאָר ליל לייבאָוויץ, אַ באַקאַנטער מומחה אין די ענינים פֿון ווידעאָ־שפּילערײַען, האָט באַמערקט אין זײַן אַרטיקל לכּבֿוד דעם 40־יאָריקן יוביליי פֿון D&D, אַז די דאָזיקע שפּיל האָט אַ ייִדישן „תּלמודישן‟ טעם. דער מחבר דערמאָנט זיך, אַז אין זײַן יונגט, וואַקסנדיק אין אַ וועלטלעכער תּל־אָבֿיבֿער משפּחה, האָט ער טאָג און נאַכט געשפּילט אין „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟, און אַז די דאָזיקע שפּיל האָט בײַ אים אַרויסגערופֿן דעם אינטערעס צו תּורה־ייִדישקייט.
אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, איז די דאָזיקע שפּיל טאַקע גאָר פּאָפּולער בײַ ייִדישע קינדער, בפֿרט צווישן יונגע מאַטעמאַטיקער, וואָס זענען הײַנט געוואָרן פּראָפֿעסאָרן און קאָמפּיוטער־מומחים. נישט האָבנדיק אַן עכטע אַמעריקאַנער שפּיל־ברעט, האָבן זיי געשפּילט מיט אַ בלײַער אויף אַ שטיקל געקעסטלט פּאַפּיר.
צווישן די קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער קריסטן האָט D&D אַרויסגערופֿן אַ ריי קאָנטראָווערסיעס, צוליב די אַסאָציאַציעס מיט די שדים, בייזע כּישוף־מאַכער און האַלב־נאַקעטע מאָנסטער־פֿרויען. אין אַמעריקע זענען פֿאַרשפּרייט אויסטערלישע לעגענדעס, לויט וועלכע די דאָזיקע שפּיל קאָן מאַכן אַ מענטש משוגע, ברענגען צו אַ זעלבסטמאָרד אָדער צום דינען דעם שׂטן. אַזעלכע באָבע־מעשׂיות האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרפֿעסטיקן די רעפּוטאַציע פֿון D&D ווי דווקא אַ ייִדישע „אומקריסטלעכע‟ שפּילערײַ.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז צה״ל באַציט זיך אויך מיט אַ גרויסן חשד צו דער דאָזיקער שפּיל — בפֿרט צו די יונגע־לײַט, וואָס פֿאַרזאַמלען זיך אין וועלדער און פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר עלפֿן און מכשפֿים, אַנשטאָט צו שפּילן בלויז בײַם טיש. אַזאַ פֿאַרווײַלונג איז באַזונדערס פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסיש־רעדנדיקע עולים. אויב די קאָמאַנדירן געפֿינען אויס, אַז אַ סאָלדאַט האָט ליב אַזאַ טעטיקייט, צווינגט מען אים צו באַזוכן אַ מיליטערישן פּסיכאָלאָג. מע קאָן אַפֿילו פֿאַרלירן צוליב דעם אַ מיליטעריש אַמט. די אַרמיי באַטראַכט די שפּילער ווי אַ מאָדנע חבֿרה בעלי־חלומות.
פֿאַרוואָס ציט אַזאַ פֿאַרווײַלונג כּסדר צו מיליאָנען מענטשן שוין במשך פֿון 40 יאָר, באַזונדערס יונגע ראָמאַנטיקער מיט אַ מאַטעמאַטישן קאָפּ?
דער גרויסער פּסיכאָלאָג קאַרל יונג האָט געגלייבט, אַז אין דער מענטשלעכער נטיה צו מיטאָלאָגישע מאָטיוון שפּיגלען זיך אָפּ די אַרכעטיפּן — טיפֿע נשמה־תּהומען, וואָס ווערן אַסאָציִיִרט מיט אַזעלכע סימבאָלן, ווי אַפּאָקאַליפּטישע שלאַכטן צווישן די ליכטיקע און פֿינצטערע כּוחות.
די אָפֿיציעלע אָריגינעלע ווערסיעס פֿון דער שפּיל זענען במשך פֿון דער צײַט פֿאַרגליווערט געוואָרן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ צעצווײַגטער נעץ פֿון קאָרפּאָראַטיווע געשעפֿטן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, וואָס מע געקאָנט גענוג גרינג צוטראַכטן אַ ייִדישלעכע ווערסיע פֿון D&D, באַגרינדעט אויף די מדרשים, קבלה־ספֿרים און פֿאָקלס־לעגענדעס. עס וואָלט געווען טשיקאַווע, אויב עמעצער וואָלט געשאַפֿן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם — טאַקע אויף ייִדיש — וווּ עס פֿיגורירן פֿאַרשיידענע „היימישע‟ פּיפּערנאָטערס, שרעטעלעך און לאַפּיטוטן. דער מחבר פֿון די שורות האָט שוין נישט איין מאָל באַטראַכט די דאָזיקע טעמע מיט מײַנע חבֿרים, אַרײַנגערעכנט חסידישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטן.
לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, וואָס ווערט געבראַכט אינעם „זוהר‟ און שפּעטערדיקע קבלה־ספֿרים, זענען פֿאַראַן זעקס פּאַראַלעלע וועלטן, אַחוץ אונדזער ערד, וווּ עס וווינען משונהדיקע באַשעפֿענישן. צוזאַמען מיט אונדזער וועלט, איז די גאַנצע סיסטעם באַקאַנט ווי „שבֿע־ארצות‟. אַ טייל מפֿרשים מיינען, אַז די דאָזיקע וועלטן עקזיסטירן טאַקע בגשמיות, און אַ טייל באַטראַכטן זיי ווי אַ משל. אַזוי צי אַזוי, איז די לעגענדע גאַנץ ענלעך צו דער אַלט־גערמאַנישער מיטאָלאָגיע, וועלכע האָט משפּיע געווען אויף D&D.
דער מחבר פֿונעם קלאַסישן קבלה־ספֿר „עמק־המלך‟, רבי נפֿתּלי־הירץ באַכראַך פֿון פֿראַנקפֿורט, אידענטיפֿיצירט די תּושבֿים פֿון אַ געוויסער וועלט, וואָס הייסט „גיא‟, בפֿירוש מיט די גערמאַנישע „געצווערג‟ — גנאָמען. די תּושבֿים פֿון די אַנדערע וועלטן זעען אויס פּונקט ווי די גיגאַנטן און עלפֿן פֿון סקאַנדינאַווישע סאַגעס.
אַן אַנדער קלאַסישער קוואַל פֿון ייִדישע מיטאָלאָגישע סוזשעטן בנוסח D&D זענען די מעשׂיות פֿון רבה בר בר חנה אין דער גמרא בבֿא־בתרא. דער תּלמודישער חכם פֿונעם דריטן יאָרהונדערט דערציילט וועגן זײַנע פֿאַנטאַסטישע נסיעות אויף אַ שיף. אַ טייל סוזשעטן זענען גאַנץ ענלעך צו די פּערסיש־אַראַבישע מעשׂיות וועגן סינדבאַד דעם ים־וואַנדערער. אינעם תּנ״ך ווערן דערמאָנט די ראמים — געוויסע כּשרע באַהאָרנטע חיות. רבה בר בר חנה דערציילט, אַז ער האָט אַמאָל געזען אַ נײַ־געבוירענעם „ראם‟ אָדער „אורזילא‟ אויף אַראַמיש; ער איז געווען אַזוי גרויס, ווי דער באַרג תּבור אין גליל; די גמרא ברענגט דערצו גוזמהדיקע מאַסשטאַבן פֿונעם דאָזיקן באַרג.
רבה בר בר חנה דערציילט אויך וועגן אַ ריזיקן פֿיש, וואָס האָט צעשטערט 60 שטעט, און וואָס זײַן פֿלייש האָבן געגעסן און געזאַלצן אין נאָך 60 שטעט. אין אַן אַנדער מעשׂה, דערציילט ער וועגן דעם גיגאַנטישן פֿויגל זיז, וואָס ווערט דערמאָנט אין תּהילים. זײַנע פֿיס זענען געשטאַנען אויפֿן טיפֿסטן ים־דנאָ און דער קאָפּ האָט דערגרייכט דעם הימל.
די מפֿרשים טײַטשן אָפּ די דאָזיקע מעשׂיות ווי אַלעגאָרישע אָדער מיסטישע משלים. רבי נחמן בראַצלעווער האָט זיי קאָמענטירט אויף אַ באַזונדערס טיפֿן סימבאָלישן אופֿן. אַזוי צי אַזוי, קאָן מען פֿון זיי צונויפֿשטעלן אַ גאַנצן „זאָאָפּאַרק‟ פֿון מעגלעכע פּערסאָנאַזשן פֿאַרן ייִדישן נוסח פֿון דער שפּיל. אין דער שפּעטערדיקער ייִדישער ליטעראַטור טרעפֿן זיך גאַנצע „בעסטיאַריעס‟, וווּ עס ווערן געשילדערט כּלערליי בריות־משונות, אַרײַנגערעכט אַזעלכע באַליבטע אייראָפּעיִשע פּערסאָנאַזשן, ווי דער איינהאָרן און די סירענעס — די מסוכּנע ים־פֿרויען, וואָס קאָנען אַרײַנציִען אַ מענטש אינעם וואַסער־געווירבל מיט זייערע צוציִעוודיקע קולות.
די דראַקאָנען, וואָס פֿיגורירן אינעם עצם־נאָמען פֿון דער שפּיל, טרעפֿן זיך אויך צומאָל אין דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם „ספֿר־חסידים‟ שטייט געשריבן, אַז אַ דראַקאָן קאָן זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ מענטש. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, דער באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר און פֿאָרשער פֿון קבלה, דערמאָנט אין זײַן פּירוש אויף „ספֿר־יצירה‟ אַ קבלהדיקן כּתבֿ־יד, לויט וועלכן אינעם קאָסמאָס איז פֿאַראַן אַ גאַנצע וועלט, וואָס הייסט „תּלי‟ — „דראַקאָן‟ — וווּ עס וווינען אַזעלכע כּמו־מענטשלעכע דראַקאָנען; מיט דער הילף פֿון געוויסע מעדיטאַציעס קאָן אַ מקובל זיך מיט זיי פֿאַרבינדן.
רבי מנחם ציוני, אַן איטאַליעניש־אַשכּנזישער מקובל פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, שרײַבט, אַז פֿאַרשיידענע שדים און מאָנסטערס טרעפֿן זיך, דער עיקר, אין נאָרוועגיע און אַנדערע ווײַטע צפֿונדיקע לענדער. להיפּוך, שרײַבט דער רמב״ן, אַז זיי לעבן אין אַזעלכע ווילדע ערטער, ווי די מידבריות און היילן. ביידע שיטות זענען אָנגענומען אין D&D. עס באקומט זיך, אַז פֿאַנטאַזיעס וועגן אונטערערדישע שניי־פּיפּערנאָטערס האָבן טאַקע אַ ייִדישן חן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.