אַ נײַע אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אינעם לאָדזשער „האַרבסט-פּאַלאַץ מוזיי‟, געווידמעט די מאָלערײַען פֿון מאַוריצי גאָטליב.
די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון 30 בילדער פֿונעם געניאַלן ייִדישן מאָלער. די בילדער געפֿינען זיך כּסדר אין די קאָלעקציעס פֿון די נאַציאָנאַלע מוזייען אין קראָקע און וואַרשע, אינעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, מוזיי פֿאַר קונסט און געשיכטע פֿון יודאַיִזם אין פּאַריז און אַנדערע מוזייען. די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביזן ערשטן פֿעברואַר 2015.
מאַוריצי גאָטליב איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1856 אין דראָהאָביטש, גאַליציע, און איז געשטאָרבן אין קראָקע, ווען ער איז אַלט געווען בלויז דרײַ און צוואָנציק יאָר. ניט קוקנדיק אויף זײַן פֿריצײַטיקן טויט און אַ קליינער צאָל ווערק, וועלכע ער האָט באַוויזן צו שאַפֿן, האַלט מען אים פֿאַר דעם בעסטן ייִדישן פּוילישן מאָלער פֿון זײַן תּקופֿה. ער איז געווען דער תּלמיד פֿון דעם חשובֿסטן פּוילישן מאָלער, יאַן מאַטייקאָ.
אין עלטער פֿון צוואָנציק יאָר האָט גאָטליב באַקומען דעם ערשטן פּריז אין אַ קינסטלערישן פֿאַרמעסט אין מינכן. ער האָט געמאָלט אַ סצענע פֿון שעקספּירס „דער סוחר פֿון ווענעציע‟. לאָראַ ראָזנעפֿעלד איז געווען זײַן מאָדעלקע פֿאַר דזשעסיקע, שײַלאָקס טאָכטער. דער יונגער מאָלער איז געווען פֿאַרליבט און געוואָלט חתונה האָבן מיט איר, אָבער זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ בערלינער באַנקיר.
אינעם לעצטן יאָר פֿון זײַן קורץ לעבן האָט ער געמאָלט זײַן באַרימטסט בילד, „יום־כּפּור אין שיל‟. דאָס בילד איז הײַנט ווערט מיליאָנען דאָלאַרן און איז אין באַזיץ פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קונסט־מוזיי.
פּנינה גוטמאַן פֿון ישׂראל זוכט אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי VIRTUAL SHTETL אינפֿאָרמאַציע וועגן איר טאַטע-מאַמע. זי האָפֿט, אַז עמעצער אין פּוילן ווייסט עפּעס וועגן דעם.
פּנינה גוטמאַן איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ אין יאָר 1942. אַ דײַטשער סאָלדאַט האָט געהאָלפֿן זי אַריבערצופֿירן אויף דער אַרישער זײַט. זי איז דעמאָלט געווען כּמעט אַ יאָר אַלט. זי ווייסט נאָר, אַז איר טאַטע-מאַמע זענען געווען יונג און שיין. זיי האָבן אפֿשר גענומען אָנטייל אינעם אויפֿשטאַנד.
לויט דעם דאָקומענט וואָס איר טאַטע-מאַמע האָבן אַרומגעוויקלט אַרום איר האַלדז, האָט זי געהייסן באַרבאַראַ ווענגלינסקי. זי איז נישט זיכער, צי טאַטע-מאַמע האָבן אַליין געהייסן ווענגלינסקי; אפֿשר האָבן זיי געוואָלט איר געבן אַ פּוילישן נאָמען מען זאָל נישט חושד זײַן, אַז זי איז אַ ייִדיש קינד.
אַ דײַטשישע פֿרוי, שאַרלאָטע רעבהון האָט זי אַדאָפּטירט. שאַרלאָטע רעבהונס מאַן, מאַקס, האָבן די דײַטשן דעפּאָרטירט נאָך פֿאַר דער מלחמה צוריק קיין פּוילן, ווי אַלע פּוילישע ייִדישע אימיגראַנטן. שאַרלאָטע איז געפֿאָרן אין איינעם מיט איר מאַן און זייערע צוויי קינדער קיין פּוילן. ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין פּוילן, האָט מען פֿאַרשיקט איר מאַן קיין טרעבלינקע, וווּ ער איז אומגעקומען. די פֿרוי און די קינדער האָבן די דײַטשן געלאָזט לעבן. פּנינה גוטמאַן האָט געלעבט מיט זיי אין זייער היים אויף דער קראָכמאַלנע גאַס. נאָכן פּוילישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשע האָבן די דײַטשן עוואַקויִרט די רעבהונס ווי אַ סך אַנדערע וואַרשעווער.
פּנינה גוטמאַן האָט מען צעשיידט מיט דער פֿרוי רעבהון בעת אַ סעלעקציע לעבן אַ וואָקזאַל. שאַרלאָטע רעבהון און איר טאָכטער האָבן זיי פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער לעבן טשענסטאָכאָוו, און דעם זון געשיקט קיין מאַטהאַוזן. פּנינה גוטמאַן איז געבליבן אַליין אויף דעם וואָקזאַל, וווּ אַן אָנגעשטעלטער פֿונעם „רויטן קרייץ‟ האָט זי געפֿונען. זי האָט אים געזאָגט אין דײַטש, אַז זי הייסט באַרבאַראַ רעבהון און אַז זי איז צוויי מיט אַ האַלב יאָר אַלט.
אַ פּוילשע משפּחה האָט זי גענומען צו זיך אין שטוב. נאָך דער מלחמה האָט די משפּחה געוואָלט זי אַדאָפּטירן און אָנגעשריבן וועגן דעם צום צענטראַל־קאָמיטעט פֿון די ייִדן אין פּוילן. גאָר אין גיכן זענען געקומען עטלעכע אָנגעשטעלטע און אַוועקגענומען דאָס מיידעלע מיט כּוח. אַ ייִדישע פֿרוי, הימל, האָט זי אַדאָפּטירט, און אין 1950 מיט איר עולה געווען קיין ישׂראל.
איצט זוכט פּנינה גוטמאַן עמעצן אין פּוילן וואָס האָט אפֿשר געקענט אָדער ווייסט עפּעס וועגן אירע ביאָלאָגישע עלטערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.