לינור שעפֿער, אַ ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער שטערן פֿון „רעאַליטי־שאָו‟ אויף דער טעלעוויזיע, האָט געוווּנען דעם ערשטן מאָסקווער ייִדישן שיינקייט־קאָנקורס.
שעפֿער איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און האָט געשפּילט אין דער ישׂראלדיקער ווערסיע פֿון דער אַמעריקאַנער פּראָגראַם „דער גרויסער ברודער‟. דער זשורי האָט באַשלאָסן, אַז זי איז די שענסטע פֿון 19 אַנדערע ייִדישע מיידלעך. דער קאָנקורס איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, אינעם מאָסקווער האָטעל „מעטראָפּאָל‟. דעם צווייטן פּריז האָט געוווּנען עמאַ טאַבאַטשניקאָוו פֿון אוקראַיִנע, און דעם דריטן — מאַריאַנאַ גאָלושקין פֿון אוזבעקיסטאַן.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן איבערגעגעבן, אַז צווישן די פֿיר זשורי־מיטגלידער איז געווען דורית גאָלענדער, די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין אין רוסלאַנד. מער ווי אַ טוץ פֿירמעס און גרופּעס האָבן געשטיצט די אונטערנעמונג, אַרײַנגערעכנט דעם רוסלענדישן צווײַג פֿונעם סטודענטישן קלוב „הלל‟. לויט די כּללים, האָבן אינעם קאָנקורס געמעגט זיך באַטייליקן יונגע נישט חתונה־געהאַטע פֿרויען ביז 30 יאָר, אויב זיי זענען ייִדן על־פּי הלכה. די שטיצער האָבן נאָך נישט דערקלערט, וואָס פֿאַר אַ פּרײַזן די געווינערינס וועלן באַקומען פֿון די שטיצער.
די 29־יאָריקע שעפֿער שטאַמט פֿון באַרדיטשעוו. בײַ 5 יאָר איז זי אַוועקגעפֿאָרן מיט איר משפּחה פֿון אורקראַיִנע קיין ישׂראל און האָט געוווינט אין כּרמיאל, אויפֿן צפֿון פֿונעם לאַנד. אינעם יאָר 2006 האָט זי זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס און אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַן אַקטריסע אויף דער טעלעוויזיע. זי האָט אויך געוווינט אין ניו־יאָרק און זיך פֿאַרנומען דאָרטן מיט הײַזער־געשעפֿטן. לעצטנס, האָט זי זיך אומגעקערט צו דער משפּחה קיין ישׂראל.
אַחוץ אירע אויפֿטריטן אויף דער טעלעוויזיע, האָט שעפֿער אַרויסגעוויזן אַ פֿרײַוויליקטע אינציאַטיוו צו פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונג צווישן די אַמעריקאַנער, רוסיש־אַמעריקאַנער און רוסלענדישע ייִדן. זי האָט איבערגעגעבן, אַז מיטן באַטייליקן זיך אינעם מאָסקווער שיינקייט־קאָנקורס האָפֿט זי צו פֿאַרשפּרייטן „די ייִדישע ווערטן‟ צווישן די אָרטיקע קהילות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.