דינסטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער, האָט די ישׂראלדיקע אינסטאַנץ פֿון אַלטערטימער איבערגעגעבן, אַז מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט מען בעת די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין ירושלים אַנטדעקט אַ פֿראַגמענט פֿון אַ שטיין מיט אַן אויפֿשריפֿט לכּבֿוד דעם רוימישן אימפּעראַטאָר האַדריאַן, באַקאַנט אין דער ייִדישער מסורה ווי אַדריאַנוס.
דער אוראַלטער שטיין איז אויסגענוצט געוואָרן ווי אַ בוי־מאַטעריאַל בײַ דער עפֿענונג פֿון אַ טיפֿער וואַסער־ציסטערנע; ס׳זעט אויס, די בויער האָבן עס אַוועקגעטראָגן פֿונעם אָריגינעלן פּלאַץ. די אויפֿשריפֿט באַשטייט פֿון זעקס שורות אויף לאַטײַן, איבערגעזעצט דורך אַבֿנר אַקער און חנה קטן פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דער קורצער טעקסט איז געווידמעט „דעם אימפּעראַטאָר צעזאַר טראַיאַנוס האַדריאַנוס אַוגוסטוס, דעם זון פֿונעם פֿאַרגעטלעכטן טראַיאַנוס פּאַרטיצוס, דעם אייניקל פֿונעם פֿאַרגעטלעכטן נערוואַ‟, באַגלייט מיט אַ ריי טיטלען, הויכע עפּיטעטן און אַ קלאָרער ידיעה וועגן דער צײַט, ווען מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם דענקמאָל.
לויט אַקער און קטן, האָט דער „צענטער לעגיאָן פֿונעם ים־אײַנגוס‟ (Legio X Fretensis) אויפֿגעשטעלט דעם שטיין לכּבֿוד דעם אימפּעראַטאָר אינעם יאָר 129־130. דער אַנאַליז האָט געוויזן, אַז דאָס געפֿינס שטעלט מיט זיך פֿאָר די רעכטע העלפֿט פֿון אַן אַנדער פֿראַגמענט, וואָס מע האָט אַנטדעקט אין דער זעלבער געגנט אינעם 19טן יאָרהונדערט, און וואָס שטייט איצט אינעם הויף פֿונעם מוזיי בײַם פֿראַנציסקאַנער צענטער פֿון ביבלישע שטודיעס אין ירושלים. צוליב דער נײַער אַנטדעקונג, האָט זיך אײַנגעגעבן צונויפֿצושטעלן די שטיינער און איבערצולייענען דעם גאַנצן טעקסט.
די ישׂראלדיקע אינסטאַנץ אַלטערטימער האָט איבערגעגעבן, אַז אויפֿן גאַנצן שטח פֿון ישׂראל און בפֿרט אין ירושלים, האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנדעקט בלויז זייער אַ קליינע צאָל אָפֿיציעלע לאַטײַנישע אויפֿשריפֿטן. די אינסטאַנץ האָט באַמערקט, אַז דאָס נײַע געפֿינס איז באַזונדערס וויכטיק, ווײַל די אויפֿשריפֿט אַנטהאַלט בפֿירוש האַדיאַנס נאָמען, אַ גאַנצע ריי פֿון זײַנע טיטלען און אַ גענויע דאַטע.
דער רוימישער לעגיאָן האָט אויפֿגעשטעלט דעם דענקמאָל לכּבֿוד דעם קומענדיקן וויזיט פֿונעם אימפּעראַטאָר קיין ירושלים. מיט צוויי יאָר נאָך זײַן באַזוך, האָט בר־כּוכבא אָנגעהויבן זײַן אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער. ד״ר רינה אַבֿנר, די דירעקטאָרין פֿאַר אויסגראָבונג־ענינים בײַ דער אַלטערטימער־אינסנאַנץ, האָט באַטאָנט, אַז די אַנטדעקונג וועט העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די כּוונות פֿון די אויפֿשטענדלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.