(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין איינער פֿון די רוסישע שטעט, וואָראָנעזש, איז זונטיק דעם 19טן אָקטאָבער פֿאָרגעקומען דער חנוכּת־הבית פֿון אַ שיל. די געבײַדע איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין 1904, אָבער אין 1923 האָט די „ענקאַוועדע‟ געפּרוּווט די שיל צו שליסן און רעקוויזירט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן.
אין 1937 איז די שיל טאַקע געשלאָסן געוואָרן. אין 1942 האָט דער בנין שטאַרק געליטן פֿון אַ באָמבאַרדירונג. אין יאָר 1999 איז די געבײַדע אומגעקערט געוואָרן דער ייִדישער קהילה, און ערשט פֿון 2010 אָן האָט מען זי אָנגעהויבן רענאָווירן. איינער פֿון די שטיצער איז דער ייִדישער מעצענאַט, וואָס ווערט דערמאָנט אין דער רשימה פֿון „פֿאָרבס‟, הערמאַן האַן.
די שיל איז ריזיק, און איצט איז זי איינע פֿון די גרעסטע שילן אין גאַנץ אייראָפּע.
מיט 100 יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט־מלחמה, און מיט 100 יאָר צוריק איז אַנטשטאַנען דער דיסטריבוציע־קאָמיטעט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן — „דזשוינט‟, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן, כּדי צו העלפֿן די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, וואָס לײַדן פֿון דער מלחמה.
דינסטיק דעם 21סטן אָקטאָבער איז אין מאָסקווער ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור פֿאָרגעקומען אַן אָוונט לכּבֿוד דעם יוביליי. עס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן די מיטאַרבעטער פֿונעם רוסישן אָפּטייל פֿון „דזשוינט‟ און אויך פֿאַרטרעטער פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס אַרבעטן מיט מיטן „דזשוינט‟. פֿאַרן קהל האָבן געשפּילט קלאַסישע מוזיקער.
אין דער שיל פֿון מאַרינאַ ראָשטשאַ האָט מען זיך די וואָך דערמאָנט אין סאָוועטישע צײַטן. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿון די ליבהאָבער פֿון ייִדישער געשיכטע אויף דער טעמע „ווי אַזוי פֿלעג מען פּראַווען סוכּות און שׂימחת־תּורה אין סאָוועטישע צײַטן?‟ עס האָבן די עדות דערציילט וועגן זייער דערפֿאַרונג (צו בויען אַ סוכּה, צו גיין אין שיל אויף אַרכיפּאָוו־גאַס אאַ”ו), און דער היסטאָריקער אַלכּסנדר לאָקשין האָט געהאַלטן וועגן דעם אַ רעפֿעראַט, געוויזן בילדער און דאָקומענטן פֿון סאָוועטישע „רעפֿיוזניקעס‟ און פֿון „קאַ־גע־בע‟־אַרכיוון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.