הײַנט ווייסן ניט ס’רובֿ ייִדן, אַפֿילו ס׳רובֿ ייִדיש־לייענער, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ זאַך ווי דער „גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. די חסידים רעדן ווײַטער מאַמע־לשון, אָבער זיי באַניצן זיך זעלטן מיט ווערטערביכער, אַפֿילו ניט פֿאַר לשון־קודש, ווײַל ס’ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר עפּעס אַ משׂכּילישן אײַנפֿיר. אָבער אַ סך „פֿאָרווערטס‟־לייענער זײַנען יאָ באַקאַנט מיט דער טרויעריקער געשיכטע פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך‟, וואָס פֿון אים זײַנען דערשינען 4 ריזיקע בענד, אַלץ פֿונעם ערשטן אות „א‟. נאָך דער פּטירה פֿונעם רעדאַקטאָר, יודל מאַרק, אין 1975, האָט מען נאָך באַוויזן אַרויסצוגעבן דעם 4טן באַנד, וואָס איז געלעגן אין כּתבֿ־יד, אָבער קיין נײַע בענד זײַנען קיין מאָל ניט אַרויס — און דעריבער האָבן מיר ניט קיין פֿולן ייִדיש־ייִדישן ווערטערבוך ביזן הײַנטיקן טאָג.
דאָ קען מען ניט ברענגען די גאַנצע געשיכטע פֿונעם פּראָיעקט (וואָס מע וועט זי מירצעשעם אין אַ יאָר אַרום קענען לייענען אין אַ קאַפּיטל פֿון מײַן דיסערטאַציע). הײַנט וויל איך דערציילן בלויז איין קאַפּיטעלע, וואָס איז מיר ערשט קלאָר געוואָרן די לעצטע פּאָר וואָכן פֿון נישטערן אינעם ייִוואָ־אַרכיוו.
דער איניציאַטאָר פֿונעם פּראָיעקט איז געווען די ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט און לעקסיקאָגראַף נחום סטוטשקאָוו, וואָס איז דעם לייענער שוין באַקאַנט פֿון זײַן רובריק „מאַמע־לשון‟, וואָס פֿלעגט זיך דרוקן אין „פֿאָרווערטס‟ מיט עטלעכע יאָר צוריק. נאָך דער הצלחה פֿון זײַן „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, וואָס דער ייִוואָ האָט פּובליקירט אין 1950, האָט סטוטשקאָוו זיך פֿאַרמאָסטן צו מאַכן זײַן אוצר־קאַרטאָטעק פֿאַרן יסוד פֿון אַן ייִדישן ווערטערבוך. ער האָט געמאַכט אַ נײַעם אָפּמאַך מיטן ייִוואָ און אין 1953 צונויפֿגעקליבן אַ רעדאַקציע מיט אַ פֿאַרוואַלטונג, כּדי אויסצופֿירן זײַן פּלאַן.
דער דאָזיקער פּלאַן איז געווען, קען מען הײַנט זאָגן, אַ גאַנץ רעאַליסטישער. דעם „אוצר‟ האָט ער אַרויסגעגעבן פֿאַר 30,000$, ס’רובֿ געלט פֿון זײַן אייגענער קעשענע — האָט ער איצט געוואָלט שאַפֿן אַ ווערטערבוך אין משך פֿון 5 יאָר מיט אַ בודזשעט פֿון 100,000$. אין זינען האָט ער געהאַט אַ ווערק פֿון איין אָדער צוויי בענד, עפּעס מיט אַ פֿאַרנעם פֿונעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער ווערטערבוך „וועבסטערס‟. ער האָט אַליין פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַרטאָטעק אין אַלפֿאַבעטישע ווערטער־רשימות, צוגעגעבן היפּש נײַע ווערטער און ציטאַטן פֿון דער ליטעראַטור, און צעטיילט די אַרבעט צווישן עטלעכע מיטאַרבעטער צו פֿאַרטײַטשן די ווערטער. ביז 1955 איז די אַרבעט געווען אויף אַ דרך, שוין פֿאַרטײַטשט אַן ערך 10,000 ווערטער, ווען סטוטשקאָוו האָט אומגעריכט זיך צוריקגעצויגן און רעזיגנירט.
פֿון די בריוו און פּראָטאָקאָלן אינעם אַרכיוו איז קלאָר, אַז קיין שלום־בית איז קיין מאָל ניט געווען אינעם ווערטערבוך־קאָמיטעט. דער עיקר, איז סטוטשקאָוו מחולק געווען אין אַ סך וויכטיקע פּונקטן מיט די צוויי רעדאַקטאָרן, יודל מאַרק און יודאַ אַ. יאָפֿע. זיי האָבן געהאַט אַ מער גראַנדיעזע וויזיע פֿאַר אַ גרויסן ווערטערבוך, אַ פֿיל־בענדיקן, מיט אַ פֿאַרנעם פֿון אַן „אָקספֿאָרד‟, וואָס זאָל אַרײַננעמען אַלע — אַבסאָלוט אַלע ייִדישע ווערטער, וואָס ייִדן האָבן ווען עס איז געזאָגט אָדער געשריבן אין משך פֿון די לעצטע טויזנט יאָר. סטוטשקאָווס זאַמלונג פֿון אַ 150,000 ווערטער האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר זיי צו אײַנגעהאַלטן; מע דאַרף נאָך ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסן ווערן טויזנטער ווערטער, וואָס זײַנען אין ערגעץ ניט פֿאַרשריבן געוואָרן.
כּדי צו רעאַליזירן אַזאַ פּראָיעקט, האָט מען זיך גענייטיקט אין אַ גרויסער צאָל מיטאַרבעטער און אין אַזעלכע סומעס, וואָס די ייִדיש־וועלט איז אויך דעמאָלט ניט געווען ביכולת צו שאַפֿן. סטוטשקאָוו האָט פֿאָרגעלייגט, אַז די פֿאַרוואַלטונג זאָל אָנגעבן אויף די דײַטשע שילומים־געלטער, וואָס די „קליימס קאָנפֿערענץ‟ האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צעטיילן. אָבער די רעדאַקטאָרן האָבן זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט צו נעמען די דײַטשישע געלטער און געסטראַשעט מיט זייער רעזיגנאַציע. אויף אַ קאָמיטעט־זיצונג האָט סטוטשקאָוו, ווײַזט אויס, זיי גערופֿן „דעמאַגאָגן‟, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ מין „קאַלטע מלחמה‟. אָבער אָן דעם געלט האָט מען געדאַרפֿט אַוועקשיקן עטלעכע מיטאַרבעטער, און די אַרבעט האָט זיך געשלעפּט. (כּדאַי צו באמערקן, אַז מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, אין 1957, האָט די רעדאַקציע זיך מישבֿ געווען און באַשלאָסן יאָ צו נעמען דאָס געלט.)
דאָס מחלוקת איז אויך דערגעגאַנגען אין דער אומגערעכטער פֿאַרטיילונג פֿון דער אַרבעט פֿון דער רעדאַקציע. סטוטשקאָוו האָט געדינט ווי דער סעקרעטאַר סײַ פֿון דער רעדאַקציע, סײַ פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, ער האָט אַרײַנגעלייגט אין דער אַרבעט יעדע פֿרײַע מינוט. יודאַ יאָפֿע, ווידער, איז שוין געווען אַן עלטערער מענטש און האָט אין משך פֿון אַ יאָר ניט פֿאַרטײַטשט מער ווי 200 ווערטער. פֿאַקטיש איז יודל מאַרק געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון סאַמע אָנהייב אָן; און כאָטש ער אַליין איז געווען געוואַלדיק שאַפֿעריש און פּראָדוקטיוו, האָט ער דעמאָלט נאָך געאַרבעט פֿולצײַטיק אין די ייִדישע שולן, ווי אויך אין ייִוואָ, און באמת ניט געהאַט גענוג צײַט זיך אָפּצוגעבן מיטן ווערטערבוך.
צו דעם איז נאָך צוגעקומען די דיאַלעקט־פֿראַגע: מאַרק און יאָפֿע זײַנען געווען ליטוואַקעס און אויסגעשולטע פֿילאָלאָגן, גראַמאַטיקער. סטוטשקאָוו איז געווען אַ פּוילישער ייִד, געבוירן געוואָרן אין בראָק (אַ שטעטל הינטער לאָמזשע) און אויפֿגעוואַקסן אין וואַרשע. האָט ער אַ מאָל געקענט שרײַבן „געפֿינען‟ אַנשטאָט „געפֿונען‟ און מאַכן נאָך אַזעלכע טעותן, וואָס די רעדאַקטאָרן האָבן אויסגעבעסערט אָן דעם געהעריקן טאַקט. אַזוי האָט מיר דערציילט דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס ע”ה, אַ ווערטערבוך־מיטאַרבעטער פֿון יענער תּקופֿה, אין עלטער פֿון 99 יאָר.
הײַנט קען מען באַטראַכטן סטוטשקאָווס רעזיגנאַציע ווי אַ שטיקל טראַגעדיע פֿאַר ייִדיש. אַנשטאָט זײַן פּלאַן, וואָס וואָלט זיך געלאָזט דורכפֿירן, האָט די רעדאַקציע פֿאַרטראַכט אַ סך אַ גרעסער ווערק פֿון 10 (12, 13…) בענד וואָס די אַרבעט דערויף האָט זיך געצויגן אַזוי פֿיל יאָרן, אַז ס׳איז כּמעט ניט געווען קיין האָפֿענונג, זי צו פֿאַרענדיקן, בשעת די מאַסן ייִדיש־רעדער האָבן נאָך געלעבט. שוין אין 1960 האָט פּראָפֿ’ נתן זיסקינד, וואָס האָט לאַנג געשפּילט אַ ראָלע אין דער רעדאַקציע און האָט נאָך מאַרקס פּטירה אַרויסגעגעבן דעם 4טן באַנד, געשריבן סטוטשקאָוון: „מיט אײַער געניטער מעטאָדיק וואָלטן מיר שוין לאַנג געהאַט דעם ווערטערבוך אַ פֿאַרטיקן‟.
נאָך מאַרקס טויט האָט מען געזוכט מיט ליכט אַ נײַעם הויפּט־רעדאַקטער, וואָס וואָלט גרייט געווען צו נעמען אַזאַ אַרבעט אויף זיך, און מע האָט קיינעם ניט געפֿונען. אַ לענגערע צײַט האָט פּראָפֿ’ מיכל הערצאָג אָנגעפֿירט מיטן פּראָיעקט, אָבער צוליב זײַן פֿאַרנומענקייט מיטן ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס, און מיטן לערנען אין קאָלאָמביע־אוניוורסיטעט, האָט ער באמת ניט געהאַט גענוג צײַט פֿאַרן ווערטערבוך.
סוף 1980ער יאָרן, ווען דער NEH האָט אויפֿגעהערט צו פֿינאַנצירן דעם „גרויסן ווערטערבוך‟ און מע האָט אָפּגעשטעלט די אַרבעט, איז אויפֿגעקומען אַ נײַער פּלאַן: אַרויסגעבן אַ נישט־אַזוי־גרויס ווערטרבוך פֿון איין באַנד, אַן ערך מיטן זעלבן פֿאַרנעם ווי סטוטשקאָוו האָט פּלאַנירט. פֿון דעם איז גאָרניט געוואָרן. מיט אַ 10 יאָר שפּעטער האָט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער בנימין הרושאָווסקי זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן צונויפֿצושטעלן אַ ווערטערבוך באַזירט אויף סטוטשקאָווס „אוצר‟ — ביז ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פּלאַן איבערצוזעצן אויף ענגליש דעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך פֿון ניבאָרסקי און ווײַסבראָט — אַן איבערזעצונג, וואָס חיים באָכנער און שלום ביינפֿעלד האָבן אַרויסגעגעבן פֿאַראַ יאָרן.
הרושאָווסקי האָט ניט געוווּסט, אַז אינעם ייִוואָ־אַרכיוו געפֿינען זיך נאָך די קעסטלעך מיט די 40 ביכער פֿון אַלפֿאַבעטישע ווערטער־רשימות, וואָס סטוטשקאָוו האָט צוגעגרייט פּונקט פֿאַר דעם צוועק. מען קען זאָגן, אַז ער האָט פֿאָרויסגעזען דעם אומגליק, ווײַל ער שרײַבט אין אַ בריוו באַלד נאָך זײַן צוריקציִען זיך:
„וואָס עס זאָל ניט זײַן דער גורל פֿון אונדזער אונטערנעמונג גיי איך אָבער ווײַטער אָן מיט מײַן אַרבעט פֿון ברענגען אין אָרדענונג דעם רוי־מאַטעריאַל פֿאַרן ווערטערבוך און צו פֿאַרענדיקן אַלע רשימות פֿון אַלף ביז תיו, און, חלילה־וחס, אונדזער פּראָיעקט זאָל צעפֿאַלן ווערן, לאָז איך זיי צוזאַמען מיט דער קאַרטעטעק פֿון דעם ‘אוצר’ אין רשות פֿון ייִוואָ. אויב עס וועלן זיך ווען עס איז געפֿינען מענטשן וואָס וועלן אויפֿלעבן דעם פּראָיעקט און מײַנע רשימות וועלן זיי קענען ניצן, וועט דאָס זײַן מײַן שׂכר פֿאַר דער מי וואָס איך האָב אַרײַנגעלייגט אין זיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.