איז דער עלילת־דם בלויז אַ זאַך פֿון דער געשיכטע?

The Blood Libel: A Thing of the Past?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די טעג האָב איך זיך צערעדט וועגן עלילת־דם מיט אַ קאָלעגע, וואָס איז אַן ערנסטער היסטאָריקער, אָבער ער פֿאַרנעמט זיך מיט גאָר אַנדערע, דער עיקר, ניט קיין ייִדישע זאַכן. האָט ער מיר געזאָגט: „וויפֿל קען מען זיך גריבלען אין דעם? די מעשׂה איז שוין אַן אויסגעשעפּטע.‟ אין דער אמתן, איז עס ווײַט ניט אַזוי. עס בלײַבן נאָך אַ סך „ניט־אויסגעשעפּטע‟ פֿראַגעס, אויף וועלכע מע דאַרף געבן אַ היסטאָריש־אַנאַליטישן ענטפֿער. ניט צופֿעליק האָט זיך אין אורבאַנאַ־שאַמפּיין, אילינוי, צונויפֿגעקליבן אַ גרופּע היסטאָריקער פֿון אַ צאָל לענדער, כּדי טאַקע אַ רוק טאָן דעם ענין פֿאָרויס. די קאָנפֿערענץ האָט געטראָגן אַזאַ נאָמען: The Strange World of Ritual Murder: Culture, Politics, and Belief in Eastern Europe and Beyond.

ווי אַזוי קום איך צו אַזאַ טעמע און צו אַזאַ קאָנפֿערענץ? גאַנץ צופֿעליק. אין דניאל טשאַרניס בוך „אַ יאָרצענדליק אַזאַ‟ האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן עלילת־דם־ענין אין מאָסקווע אין יאָר 1922. דער גאַנצער ענין, וועלכן דער אַקאַדעמישער עולם האָט דערווײַל ניט באַמערקט, איז, אין אַ געוויסן זין, אַ טראַגי־קאָמישער, מיט סימנים פֿון „שוואַרצן הומאָר‟. ער איז פֿאַרבונדן מיט דעם, ווי אַזוי אַן אַלטער שמשׂ פֿלעגט טראַנספּאָרטירן קערפּערס פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדישע קינדער: ער האָט זיי געפֿירט אויפֿן בית־עולם זייער פּשוט — מיט אַ געוויינלעכן טראַמווײַ. אַזוי האָט ער עס געטאָן אויך אין אַפּריל 1922, מיט עטלעכע טעג פֿאַר פּסח. און דער מאָסקווער המון האָט זיך אָנגעשטויסן, אַז אין דעם זאַק געפֿינט זיך אַ קינד. הקיצור, האָט זיך אַרום דעם פֿאַרקאָכט אַ גאַנצע מעשׂה, מיט אַ געריכט, מיט אַרטיקלען אין דער פּרעסע וכ‘.

ווי אַזוי קענען מענטשן גלייבן אין אַזאַ זאַך ווי עלילת־דם? וועגן דעם האָט מען אויך גערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ. אמת, היסטאָריקער זײַנען ניט גרייט צו געבן אַ קלאָרן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע. דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַנדערע פֿאָרשער, איך ווייס אַפֿילו ניט פּינקטלעך, פֿאַר וועלכע; אפֿשר פֿאַר פּסיכאָלאָגן. אַזוי צי אַזוי, גלייבט מען. למשל, ווייניקער ווי מיט אַ יאָר צוריק האָט אַן אויספֿרעג געוויזן, אַז 13 פּראָצענט פּאָליאַקן גלייבן אין עלילת־דם. איך בין זיכער, אַז אין אַלע, צי כּמעט אַלע לענדער, האַלט אַזוי עפּעס אַ טייל מענטשן. מיט אַנדערע ווערטער, קען מען טענהן, אַז דער בייליס־פּראָצעס איז נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט געוואָרן.