דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט פֿאַרדאַמט דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָציע, מאַכמוד אַבאַס, פֿאַרן אינצידענט אויף אַ באַן־סטאַנציע, בעת וועלכן אַ קליין מיידעלע, דרײַ חדשים אַלט, איז דערהרגעט געוואָרן.
דעם 22סטן אָקטאָבער האָט אַן אויטאָ אַרײַנגעקראַכט בײַם אַרויסגאַנג פֿון דער סטאַנציע „גבֿעת־התּחמושת‟, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ירושלים, ווען די פּאַסאַזשירן זענען אַרויסגעגאַנגען פֿון דער באַן. נײַן מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט עטלעכע אַמעריקאַנער, און דאָס קליינע עופֿעלע איז געשטאָרבן אין שפּיטאָל. איין 20־יאָריקע פֿרוי איז געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל אין אַ שווערן מצבֿ. די פּאָליציי האָט דערשאָסן אויף טויט דעם שאָפֿער, וועלכער איז אַרויסגעקראָכן פֿונעם צעבראָכענעם אויטאָ און געפּרוּווט צו אַנטלויפֿן.
אופֿיר גענדעלמאַן, דער וואָרטזאָגער פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, האָט איבערגעגעבן אויף דער אינטערנעץ, אַז דער שאָפֿער איז געווען אַ „כאַמאַסניק‟. מע איז חושד, אַז דער אָנפֿאַל איז געווען אַ טעראָריסטישער אַטאַק. נתניהו האָט באַשולדיקט אַבאַס אינעם שאַפֿן אַ רעגירונג טיילווײַז בשותּפֿות מיט „כאַמאַס‟ און געטענהט, אַז מיט עטלעכע טעג צוריק האָט דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט „גערופֿן צו אַטאַקירן ייִדן אין ירושלים‟.
דער אַטאַק איז פֿילמירט געוואָרן אויף אַ זיכערהייט־קאַמערע. די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז דער אָנפֿאַלער, אַבדעלראַכמאַן אַש־שאַלודי, איז געווען פֿונעם קוואַרטאַל סילוואַן, מיזרח־ירושלים, און איז פֿריִער געזעסן אין אַ ישׂראלדיקער טורמע. דער ראַיאָן, וווּ ער האָט געוווינט, איז לעצטנס געוואָרן אַן עפּיצענטער פֿון קאָנפֿליקטן צווישן די ייִדן און אַראַבער. דער פֿעטער פֿונעם שאָפֿער איז געווען אַ מיליטערישער פֿירער פֿון „כאַמאַס‟, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1988.
נתניהו האָט געהייסן אײַנצופֿירן אַ שטרענגן זיכערהייט־שטייגער אין דער שטאָט. דער ירושלימער ראָש־העיר, ניר ברקת, האָט גערופֿן די פּאָליציי „צו ברענגען שלום און זיכערהייט‟. דער מעיאָר האָט באַטאָנט, אַז במשך פֿון די לעצטע חדשים איז דער מצבֿ אין ירושלים געוואָרן „אומדערלאָזלעך שלעכט‟, און צוגעגעבן, אַז מער פּאָליציאַנטן וועלן געשיקט ווערן אין „סטראַטעגישע פּונקטן‟ און די אומרויִקע ראַיאָנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.