ווען הייזעל קאַהאַן האָט באַזוכט די שטאָט לעהאָר אין פּאַקיסטאַן, אינעם יאָר 2011, וווּ זי האָט געוווינט מיט 40 יאָר צוריק, האָט זי קוים דערקענט איר געוועזענע היים. דאָס ערשטע גרויסע שטיינערנע הויז, וואָס אין אירע קינדער־יאָרן איז געווען ברוין, באַוואָקסן מיט שלענדערל־בלומען; הײַנט האָט מען איבערגעפֿאַרבט דאָס הויז אין ווײַס, און דאָרטן וווינען די מיטגלידער פֿון דער משפּחה ראָכרי — איינער פֿון די מעכטיקסטע פּאָליטישע קלאַנען אין פּאַקיסטאַן. דאָס צווייטע הויז, וווּ עס האָט זיך אַמאָל געפֿינען אַ קליניק, וואָס אירע טאַטע־מאַמע האָבן דערמיט אָנגעפֿירט, איז געוואָרן דער „אינסטיטוט פֿון פֿילאָסאָפֿיע און קונסט אויפֿן נאָמען פֿון סאַנדזשאַר נאַגאַר‟.
נאָכן אַוועקפֿאָרן פֿון פּאַקיסטאַן, האָט קאַהאַן, הײַנט אַ 75־יאָריקע פֿרוי, געוווינט אין ענגלאַנד, אויסטראַליע און ישׂראל. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט זי געאַרבעט אין מאַנהעטן און וווינט איצט אין לאָנג־אײַלענד. זי פֿירט אָן מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער סטאַנציע WPKN אינעם שטאַט קאָנעטיקעט; לעצטנס, האָט זי אָנגעהויבן דערציילן וועגן דעם, ווי אַזוי איר משפּחה האָט זיך געראַטעוועט אין פּאַקיסטאַן און אַנדערע לענדער בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. קאַהאַן האָט אויך געשאַפֿן אַן אויפֿטריט מיטן נאָמען „דער אַנדערער פּאַקיסטאַן‟, וואָס איז פּרעזענטירט געוואָרן עטלעכע מאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דײַטשלאַנד. אין נאָוועמבער, פּלאַנירט זי אויפֿצוטרעטן אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע.
אינעם יאָר 1933, זענען קאַהאַנס עלטערן, הערמאַן זעלצער און קייט נוימאַן, אַוועקגעפֿאָרן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט פֿאַרווערט ייִדן צו אַרבעטן ווי דאָקטוירים, קיין איטאַליע. ווען דער מצבֿ אין אייראָפּע איז געוואָרן בפֿירוש סכּנותדיק, האָבן זיי באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דעם קאָנטינענט. אין פֿאַרגלײַך מיטן ס׳רובֿ אַנדערע ייִדן, האָבן זיי אויסגעקליבן לאַהאָר; דעמאָלט איז עס נאָך געווען אַ טייל פֿון דער בריטישער אינדיע.
קאַהאַן איז געבוירן געוואָרן אין לאַהאָר אינעם יאָר 1939. זי דערציילט, אַז די אָרטיקע תּושבֿים האָבן זיי וואַרעם אויפֿגענומען. דער טאַטע, אַ געראָטענער דאָקטער, איז געוואָרן אַן עושר. די שטאָט איז געווען אַ וויכטיקער האַנדל־צענטער, מיט שטאַרקע פֿאַרבינדונגען מיטן ווײַטן מיזרח, איראַן און טערקײַ. דעמאָלט האָט דאָרטן געבליט אַ בונטע אינטערנאַציאָנאַלע קולטור.
בסך־הכּל, האָבן דעמאָלט אין גאַנץ פּאַקיסטאַן געוווינט אַרום 2,000 ייִדן — נישט קיין סך, אָבער אַ מערקווירדיקע צאָל. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט די בריטישע רעגירונג פֿאַרשיקט קאַהאַנס משפּחה אין די פֿאַרהאַלטונג־לאַגערן קיין אינדיע, צוליב איר טאַטנס צרות מיט די דאָקומענטן. נאָך די מלחמה־וואַנדערונגען, האָבן זיי זיך אומגעקערט קיין לאַהאָר, און געבליבן דאָרטן ביז 1971. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, זענען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און מוסולמענער קאַליע געוואָרן, און זיי האָבן באַשלאָסן זיך לאָזן קיין ישׂראל, און דערנאָך אין אַנדערע לענדער.
וואָס שייך דעם הײַנטיקן מצבֿ, גלייבט קאַהאַן, אַז פּאַקיסטאַן איז געוואָרן „ממש אַ געפֿערלעך‟ לאַנד, וווּ עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער טאַליבאַן און אַנדערע אומאָנגענעמע זאַכן. אין איר זכּרון בלײַבט עס אָבער גאָר אַן אַנדער, פֿרײַנדלעך און וואַרעם, אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.