ווי אַזוי בײַ לײַטן שאַפֿט מען נײַע ווערטער

How a Language Acquires New Words


פֿון הערשל גלעזער

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.

מײַן לערער און מורה־דרך, ד”ר מרדכי שעכטער ע”ה, האָט זיך אַ לעבן לאַנג געראַנגלט מיטן ענין דײַטשמעריש. אָט איז ער דאָך אויפֿגעוואַקסן אין טשערנעוויץ, אַ שטאָט וווּ ייִדן האָבן גערעדט סײַ ייִדיש, סײַ דײַטשיש, סײַ אַ געמיש. ער פֿלעג דערציילן מיט אַ שמייכל ווי אַזוי ער האָט קינדווײַז אונטערגעשריבן אַ בריוו זײַן טאַטן דעם ייִדישיסט מיט די ווערטער „דײַן ליבענדער זון“.

שפּעטער האָט ער געהאַט צו טאָן מיט שרײַבערס און זשורנאַליסטן וואָס האָבן אָדער פֿון געוויינטשאַפֿט אָדער פּרינציפּיעל געניצט דײַטשמעריזמען, מיט צי אָן אַ מאָס. האָט ער זיי אונטערגעטריבן, זיי זאָלן אַרויסוואַרפֿן די דײַטשמעריזמען און ניצן אַ „לײַטיש מאַמע־לשון“.

ווי אַזוי דעפֿינירט מען „דײַטשמעריש“? אויב מע האַלט פֿון גאָר אַ שטרענגער דעפֿיניציע, ווי בײַ ד”ר שלמה בירנבוים ע”ה, זענען אַלע ווערטער, וואָס זיי זענען אַרײַן פֿון דײַטשיש אין מאִמע־לשון פֿון דער השׂכּלה אָן, ד”ה אין משך פֿון די לעצטע קנאַפּע 300 יאָר, דײַטשמעריזמען. זיי זענען להיפּוך צום דײַטשישן קאָמפּאָנענט פֿון מאַמע־לשון, די טויזנטער ווערטער וואָס זענען שוין אַרײַן גאָר אַ מאָל, נאָך איידער ייִדן האָבן אָנגעהויבן זיך אַריבערטראָגן פֿון דײַטשלאַנד קיין מיזרח־אייראָפּע.

אין 1938 האָט זיך מאַקס ווײַנרײַך אַרויסגעזאָגט, אַז „דײַטשמעריש טויג ניט“; מיט יאָרן שפּעטער, אין 1963, האָט יודל מאַרק צעטיילט די דײַטשמעריזמען אויף „שעדלעכע“ און „ניצלעכע“. נאָר דאָ וואָלטן מיר זיי אַנדערש צעטיילט: אויף עלטערע און נײַערע. די מעשׂה איז אַזוי:

מיט „עלטערע“ מיינען מיר אַזוינע ווערטער וואָס האָבן פֿאַרביטן אַלט־געזעסענע ייִדישע ווערטער. למשל, „פֿאַרבעטן“ קער זײַן אַן אַלט וואָרט, בשעת „אײַנלאַדן“ איז אַ דײַטשמערישער פֿאַרבײַטער; „טענהן“ איז אַן אַלט וואָרט, בשעת „באַהויפּטן“ איז אַ דײַטשמעריזם.. נײַערע, ווידער, זענען די וואָס זענען אַרײַן ווי אַ טייל פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע אד”גל, וווּ מיר האָבן אין גאַנצן קיין ווערטער נישט געהאַט: אַ שטייגער, „ווינסשאַפֿט“ מיטן טײַטש science.

פֿאַר וואָס אַזאַ מין אײַנטיילונג? וואָרן מע פֿלעג נישט איין מאָל הערן, אַז די אײַנגעזעסענע ווערטער וואָס זענען פֿאַרביטן געוואָרן פֿון דײַטשמעריזמען זענען אַלטפֿרענקיש, אַז זיי זענען ס’לשון פֿון „אַלטע ווײַבער‟, נאָר אַז אַ הײַנטצײַטיקן ייִדן פּאַסט נישט אַזוי צו רעדן. פֿון דער אַנדערער זײַט פֿלעגן די זעלביקע בעלי־טענה זיך צעבונטעווען ווען זיי האָבן געהערט אַ וואָרט פֿון דער מאָדערנער טערמינאָלאָגיע און עס אָפּוואַרפֿן בזה הלשון: „אײַער מאַמע (צי באָבע) וואָלט דאָס פֿאַרשטאַנען?“ זעט איר, דאָ זענען אַלטע ווײַבער יאָ די מאָס…

ווי אַזוי זשע וואָלט געדאַרפֿט זײַן דער גאַנג? אַז ס’רעדט זיך וועגן אַלטע השׂגות, מעג מען, דאַרף מען אַפֿילו, רעדן אַזוי ווי די מאַמע און די באָבע; איז ס’אַלטע וואָרט „פֿאַרבעטן“ זיכער בילעכער פֿונעם נײַערן „אײַנלאַדן“ אאַז”וו. וועגן נײַע השׂגות, ווידער, מוז מען האָבן אַ נײַעם ווערטער־אוצר. אין דער ערשטער, עלטערער, קאַטעגאָריע זענען קיין מאָל, אָדער כּמעט קיין מאָל, נישט נייטיק קיין לײַווערטער פֿון נײַ־הויכדײַטשיש; אין דער צווייטער, נײַערער, קאַטעגאָריע, ווידער, האָבן זיך אָנגענומען טייל ווערטער וואָס מע קען פֿון זיי שוין נישט פּטור ווערן, וויפֿל ד”ר בירנבוים זאָל דאָס נישט האָבן געוואָלט. אָט אויף דער צווייטער קאַטעגאָריע האָט מאַרק געפֿונען אַ זכות: ווערטער אַזוי ווי „אויסגאַבע, אויסדרוק, אויפֿלאַגע“, וואָס האָבן אויף מאַמע־לשון נישט קיין פֿאַרטיקע עקוויוואַלענטן.

פֿונדעסטוועגן, האָבן פֿילאָלאָגן, לערערס אין די ייִדישע שולן, מחברים פֿון לערנביכלעך אין פּוילן, ליטע, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַמעריקע אאַז”וו זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן הײַנטצײַטיקע טערמינען אויף אַ לײַטישן אופֿן. וואָס זשע הייסט דאָס? לאָמיר זען ווי אַזוי לײַטן שאַפֿן טערמינען.

טייל ווערטער גייען אַרײַן פֿיל־ווינציקער אין אַלע אייראָפּעיִשע לשונות — „ביאָלאָגיע“, „פֿיזיק“, „אַנטראָפּאָלאָגיע“ אד”גל. די ווערטער זענען אַרײַן אין ייִדיש מיטן אויפֿקום פֿון דער וויסנשאַפֿט, און קיינער, דאַכט זיך, האָט צו זיי גאָרנישט. אַנדערע קאַטעגאָריעס נײַשאַפֿונגען בשעתּו ווענדן זיך אינעם לשון: ענגליש, למשל — אַ וועלטשפּראַך, אויב נישט די וועלטשפּראַך מיטן הא־הידיעה, אָן אַ צענטראַלער אינסטאַנץ, נעמט פֿון דער פֿרעמד רעכטס און לינקס, אויבן און אונטן, אָדער שאַפֿט זיך ווערטער אָן אַ כּיוון. פֿראַנצייזיש, ווידער, אויך אַ וועלטשפּראַך, אָבער מיט אַ שפּראַך־אַקאַדעמיע און אַ מורא פֿאַר ענגליש, שאַפֿט זיך בכּיוון נײַע ווערטער — טייל נעמען זיך אָן, אַנדערע נישט. ס’איז אָבער זיכער נישט קיין טראַפֿזאַך וואָס אויף פֿראַנצייזיש זאָגט מען נישט „קאָמפּיוטער“, נאָר ordinateur, „פּראָגראַמוואַרג“ (software) איז logiciel און „קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט“ איז גאָר informatique. דײַטשיש, ווידער, האָט, אַ פּנים, נישט קיין מורא פֿאַר ענגליש און נעמט איבער דערפֿון אָן אַ שיעור טערמינען, ספּעציעל אין שײַכות מיט קאָמפּיוטערס.

אַ טשיקאַווער פּרט וועגן פֿראַנצייזיש איז דאָס וואָס דער צוגאַנג אין פֿראַנקרײַך איז אַנדערש ווי אין קאַנאַדע: בשעת די פֿראַנצויזן, מיט זייער גאַנצן אומדרך־ארץ פֿאַר ענגליש, האָבן יאָ אַנטליגן אַ היפּש ביסל — אַ שטייגער, weekend און hot dog — האַלט מען אין קאַנאַדע בעסער פֿון פֿאַרמאַסקירן, פֿון קאַלקירן: דאָרטן זאָגט מען גאָר fin de semaine און chien chaud, ד”ה ‘וואָך־סוף’ און ‘הייסער הונט’ גאָר! אַבי מע פֿילט נישט, אַז ס’איז פֿון ענגליש, איז מען צופֿרידן.

פּויליש, וואָס האָט הונדערטער יאָרן מלוכישע פּראַקטיק, האָט זיך נישט אָפּגעהאַלטן פֿון לײַען ווערטער. נישט אומזיסט זאָגט מען אויף פּויליש אויף „האַנדל“ — handel און אויף „דאַך“ — dach. אויף פּויליש קען מען לייענען גאַנצע בענד וועגן לײַווערטער פֿון דײַטשיש. טשעכיש, ווידער, וואָס איז ביזן 20סטן י”ה געווען בלויז אַ קורצע צײַט אַ מלוכה־שפּראַך, האָט זיך געהיטן פֿאַר לײַווערטער. אין דער טשעכישער שמועסשפּראַך טרעפֿט מען יאָ אַ סך לײַווערטער פֿון דײַטשיש, אָבער אינעם ליטעראַרישן לשון — זייער־זייער ווינציק. איז „האַנדל“ obchod, „דאַך“ — střecha; אַפֿילו אויף „טעאַטער“ האָט מען אַן אייגן וואָרט, divadlo.

די אונטערשטע שורה: פֿון לײַען קען מען זיך נישט אויסהיטן און מע דאַרף נישט פּרוּוון; פֿונדעסטוועגן דאַרפֿן זיך קליינע קולטור־לשונות באַמיִען צו שטיין אויף די אייגענע שפּראַכיקע פֿיס.