דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס האָט געגרינדעט צום ערשטן מאָל דעם זומער, אין װילנע, אַן אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור. דער דאָזיקער אינסטיטוט פֿירט אַדורך סעמינאַרן אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר, באַזונדערס, פֿאַר ייִדישע לערער פֿון דער גאָרער װעלט. דער ציל פֿונעם אינסטיטוט איז אַרײַנצוברענגען אין דעם ייִדישן חינוך פֿון פֿאַרשידענע לענדער די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור. ווי אַן אַדמיניסטראַטיװער דירעקטאָר פֿון דעם אינסטיטוט איז באַשטימט געװאָרן יצחק אַװערבוך, אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿון „דזשױנט‟ אין אײראָפּע; און ווי אַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר — ד”ר מרדכי יושקאָװסקי, דער געוועזענער אינספּעקטאָר פֿון ייִדיש־לימוד בײַם דערציִונגס־מיניסטעריום אין ישׂראל.
די פֿאָרשטײער פֿונעם אינסטיטוט זענען אױפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן װעגן ייִדישער קולטור פֿאַר הונדערטער אָנטײלנעמער אין די סעמינאַרן פֿונעם „דזשױנט‟, „לימוד‟ אאַ”װ, — אין װיטעבסק, לװיװ, פּעטערבורג און װילנע. אינגיכן װעט דערשײַנען אין אינטערנעץ דאָס װעבזײַטל פֿונעם אינסטיטוט. דער ערשטער סעמינאַר איז שױן פֿאָרגעקומען אין חודש יוני הײַיאָר אין װילנע, פֿאַר 26 לערער פֿון די „אָרט‟־שולן אין מיזרח־אײראָפּע. אין קיִעװ איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין סעפּטעמבער, צום צװײטן מאָל, אַ ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר 90 קאָאָרדינאַטאָרן פֿון גרופּעס, װאָס לערנען ייִדיש אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע, װײַסרוסלאַנד און פּױלן.
ס’האָבן זיך באַטײליקט סטודענטן פֿון קיִעװ, מאָסקװע, פּעטערבורג, טשערנאָװיץ, מינסק, לװיװ, זשיטאָמיר, װראָצלאַװ אאַ”װ. ס’איז צו באַטאָנען דעם שטאַרקן אינטערעס און די ערנסטקײט פֿון די אָנטיילנעמער צו פֿאַרברײטערן און באַרײַכערן זײערע ידיעות וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. מיט רעפֿעראַטן זײַנען אויפֿגעטראָטן אינעם סעמינאַר ד”ר מרדכי יושקאָװסקי און יצחק אַװערבוך; ווי לערער פֿון ליטעראַטור און דידאַקטיק — ד”ר לאה גאָרפֿינקעל, פֿונעם בר־אילן־אוניװערסיטעט, פּנינה מעלער — לאַנג־יאָריקע ייִדיש־ און העברעיִש־לערערין, און מיט דעם מוזיק־װאַרשטאַט האָט זיך אױסגעצײכנט מאַרינאַ יעקובאָװיטש. צום שלוס, איז אײַנגעאָרדנט געװאָרן אַ שפּאַציר איבער די װיכטיקסטע ייִדישע ערטער אין קיִעװ, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון שלום־עליכמס יעהופּעץ, ווי אױך אין באַבי־יאַר, אָפּצוגעבן כּבֿוד די אומגעבראַכטע ייִדן.
איצט ווערט צוגעגרייט אַ סעמינאַר אױף חנוכּה־צײַט — אין װילנע, פֿאַר ישׂראלדיקע לערערס, ווי אַ המשך פֿונעם ייִדיש־קורס און דערציִונג בײַם פּעדאַגאָגישן „לעװינסקי‟־אינסטיטוט אין תּל־אָבֿיבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.