זייער אַ סך מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, האָבן געוואָלט זיך באַפֿרײַען פֿון די מוראדיקע זכרונות. אַנדערש איז עס געווען מיט אַ געוויסן שרײַבער, וואָס האָט דורכגעמאַכט די אַלע גרויזאַמקייטן אין דער לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, און געפֿילט אויף זיך דעם הייליקן חובֿ צו דערציילן דער וועלט וועגן די יסורים און אומקום פֿון די ייִדן אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט. אַזאַ מענטש איז געווען מײַן פֿאָטער, ירחמיאל בריקס ז”ל, דער שרײַבער פֿון ייִדישן חורבן און אומקום.
שטענדיק שטייט מיר פֿאַר די אויגן דאָס בילד פֿון מײַן טאַטן, ווי ער זיצט בײַ זײַן גרויסן שרײַבטיש אין אונדזער שטוב אין ניו-יאָרק, אָנגעטאָן אין אַ זויבער אויסגעפּרעסט ווײַס העמד מיט אַ טונקעלער בינדע, און איבער דעם העמד — אַ באָרדאָ־סוועדער. ער זיצט און שרײַבט, מעקט אויס, קלעפּט צו אַ שטיקל פּאַפּיר מיט נײַע שורות, פֿאַרטראַכט זיך און שרײַבט ווײַטער. מיר האָבן געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַרן טאַטנס שרײַבן; און אַפֿילו ווען איך בין נאָך געווען קוים 4 יאָר אַלט, האָב איך שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז ער טוט עפּעס הייליקס און וויכטיקס.
ווען דער טאַטע האָט פֿאַרענדיקט שרײַבן, פֿלעג ער צונויפֿרופֿן די משפּחה, זיך אַוועקגעזעצט מיט אונדז און לייענען דאָס נײַ-אָנגעשריבענע קאַפּיטל. אַזוי האָט ער זיך געפֿירט אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען מײַן שוועסטער מרים-סערל און איך זענען שוין עלטער געווען און געקענט מיט אים דיסקוטירן, און אַפֿילו העלפֿן אים צו געפֿינען אַ טיטל פֿאַר זײַן דערציילונג. מיר האָבן באַוווּנדערט זײַן פֿענאָמענאַלן זכּרון, ווי גוט ער האָט געדענקט פֿאַקטן און פּרטים פֿון מער ווי 25 יאָר צוריק: די מינדסטע פּאַסירונגען אין לאָדזשער געטאָ און אין אוישוויץ.
זײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש איז געווען אָן אַ גרענעץ. אין שטוב האָבן מיר געדאַרפֿט רעדן נאָר ייִדיש. די עלטערן האָבן אונדז מיטגענומען אין ייִדישן טעאַטער און אויף ייִדישע פֿאָרלעזונגען, און אײַנגעפֿלאַנצט אין אונדז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, ייִדישער קולטור און טראַדיציע.
זײַן גאַנץ לעבן האָט מײַן פֿאָטער געווידמעט צום פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די קדושים. זײַנע ווערק האָט ער געשריבן, איבערלעבנדיק דערבײַ ווידעראַמאָל די מוראדיקע יסורים.
וועגן חורבן, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זיבן ביכער: „אויף קידוש השם‟, „אַ קאַץ אין געטאָ‟, „דער ׳קייסער׳ אין געטאָ‟, „די פּאַפּירענע קרוין‟, „געטאַ־פֿאַבריק 76‟, „די אַנטלויפֿערס‟ און „פֿון גסיסה צום לעבן‟. זײַן שטעטל, סקאַרזשיסק-קאַמיענאַ, האָט ער פֿאַראייביקט אין „די וואָס זײַנען נישט געבליבן‟. עטלעכע ווערק זײַנע האָט ער אַרויסגעגעבן מיט איבערזעצונגען אויף העברעיִש און אויף ענגליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.