פּוילן איז באַקאַנט ווי דאָס לאַנד, וווּ די נאַציס זענען באַגאַנגען די פֿינצטערסטע רציחה־אַקטן פֿונעם ייִדישן חורבן. ס׳איז אָבער אויך אַ לאַנד, וווּ במשך פֿון 1,000 יאָר איז דאָרטן געווען איינע פֿון די גרעסטע ייִדישע קהילות. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט זיך אין וואַרשע געעפֿנט די הויפּט־אויסשטעלונג אינעם נײַעם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן‟. להיפּוך צו די חורבן־מוזייען, וואָס דערציילן, ווי אַזוי די ייִדן אין פּוילן זענען אומגעקומען, איז די נײַע עקספּאָזיציע געווידמעט דעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד.
אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע אַנדערע לענדער, וווּ, ווי עס טענהן אַ טייל ייִדישע גרופּעס, ווערט אַלץ שווערער און אומרויִקער צו זײַן אַ ייִד, באַטאָנט די פּוילישע רעגירונג — הגם, לאַוו־דווקא אויף אַ געראָטענעם אופֿן — אַז די ייִדישע קולטור איז אַ טייל פֿון דער אָרטיקער קולטורעלער ירושה. אַ טייל אייראָפּעיִשע ייִדן גלייבן, אַז דאָס לאַנד, וווּ עס געפֿינען זיך אַזעלכע פֿינצטערע ערטער, ווי אוישוויץ, טרעבלינקע און סאָביבאָר, איז הײַנט געוואָרן מער צוציִעוודיק און פֿרײַנדלעך, ווי מערבֿ־אייראָפּע.
פּיאָטר קאַדלטשיק, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין וואַרשע, האָט באַטאָנט, אַז לעצטנס זענען אַ צאָל ייִדן געשלאָגן געוואָרן אויף די גאַסן פֿון דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און סקאַנדינאַווישע לענדער. אין אייניקע פֿאַלן זענען די שילן פֿאַרברענט געוואָרן. עס טרעפֿן זיך אַפֿילו מאָרדן צוליב אַנטיסעמיטישע מאָטיוון. דעם 24סטן מײַ איז אַ פּאַרשוין מיט אַן אויטאָמאַטישע ביקס אַרײַנגעקומען אין אַ בעלגישן ייִדישן מוזיי און דערשאָסן דרײַ מענטשן. אין פּוילן, האָט דערקלערט קאַדלטשיק, לעבן ייִדן הײַנט גאַנץ רויִק.
אין דער חנוכּת־הבית פֿונעם נײַעם מוזיי, דעם 28סטן אָקטאָבער, וועלן זיך באַטייליקן די פּרעזידענטן פֿון פּוילן און ישׂראל. באַרבאַראַ קירשענבלאַט־גימבלעט, די פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג, האָפֿט, אַז דער פּראָיעקט וועט צוציִען די ייִדן, וועלכע זענען, צוליב דעם חורבן און די שוועריקייטן בעת דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, צוגעוווינט געוואָרן אויסצובאַהאַלטן זייער ייִדישן אָפּשטאַם. מע איז זיך משער, אַז אין פּוילן וווינען צענדליקער טויזנט אַזעלכע באַהאַלטענע ייִדן.
קירשענבלאַט־גימבלעט אַרבעט במשך פֿון אַ סך יאָר ווי אַ פּראָפֿעסאָרין בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. איר טאַטע איז אַוועקגעפֿאָרן פֿאַרן חורבן פֿונעם קליינעם פּוילישן שטעטל אַפּטע (אָפּאַטאָוו) קיין קאַנאַדע; אינעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס פֿאַרשיקט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם שטעטל, און דערמאָרדעט אין טרעבלינקע.
די מוזיי־פֿאַרוואַלטערין האָט דערציילט, אַז ווען איר טאַטע האָט זיך צום ערשטן מאָל אומגעקערט קיין פּוילן אינעם יאָר 1988, צוזאַמען מיט איר, האָבן די פּאָליאַקן זיך באַצויגן, צוערשט, מיט אַ חשד צום אויסלענדישן ייִדישן גאַסט. מיט דער צײַט, האָט דער מצבֿ זיך געביטן. נאָך איינעם פֿון זײַנע באַזוכן האָט מען אין אַפּטע באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ הזכּרה־אונטערנעמונג לזכר די נאַצי־דעפּאָרטאַציעס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
דער מוזיי־בנין איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ דאַנק דער שטיצע מצד דער פּוילישער רעגירונג. די אויסשטעלונג איז געשאַפֿן געוואָרן צוליב די אָרטיקע און אויסלענדישע שטיצער. די באַזוכער קאָנען זיך באַקענען סײַ מיט די ליכטיקע, סײַ מיט די פֿינצטערסטע זײַטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע אינעם לאַנד.
טעד טאַובע, אַן אַמעריקאַנער געשעפֿטסמאַן געבוירן אין קראָקע, איינער פֿון די עיקר־שטיצער פֿונעם מוזיי, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז אַ גוזמא צו זאָגן, אַז אין פּוילן איז הײַנט נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם. עס זענען יאָ פֿאַראַן אַנטיסעמיטישע גרופּעס און עס טרעפֿן זיך אַנטיסעמיטישע שטימונגען. עס קאָן אָבער זײַן, אַז דער מצבֿ אינעם לאַנד איז טאַקע בעסער, ווי אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. ווען טאַובע איז מיטגעפֿאָרן מיטן פּוילישן הויפּט־רבֿ, מיכאל שודריך איבערן לאַנד, האָט ער נישט באַמערקט קיין אומאָנגענעמע אינצידענטן, הגם דער רבֿ איז געווען אָנגעטאָן בפֿירוש ווי אַ פֿרומער ייִד. ס׳זעט אויס, אַז דער אַמאָליקער פֿאַרביסענער אַנטיסעמיטיזם איז טאַקע בטל געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.