לויט דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, זענען במשך פֿונעם איצטיקן האַרבסט־סעמעסטער פֿאָרגעקומען אָדער ווערן פּלאַנירט מער ווי 75 אַנטי־ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען אין די אַמעריקאַנער קאָלעדזש־ און אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן.
אינעם יאָר 2013, האָט מען אין די אַמעריקאַנער אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן פּלאַנירט 35 אונטערנעמונגען מיט אַן אַנטי־ישׂראלדיקן נוסח. הײַיאָר, נאָך דער זומענדיקער 50־טאָגיקער מלחמה אין עזה, איז די דאָזיקע טעטיקייט שטאַרק געשטיגן — אויף 114 פּראָצענט. די ליגע האָט באַמערקט, אַז די קריטיק פֿון ישׂראל מיינט לאַוו־דווקא פֿולשטענדיקע קעגנערשאַפֿט, און די אַנטי־ישׂראלדיקע רעטאָריק און טעטיקייט איז לאַוו־דווקא אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. בעת אַזעלכע אונטערנעמונגען שטעקן אָבער נישט זעלטן, הינטער דער נעגאַטיווער באַציִונג צו מדינת־ישׂראל, עכטע אַנטיסעמיטישע טעאָריעס וועגן דעם ייִדישן קאָנטראָל איבער דער וועלט און איבערגעטריבענע שילדערונגען פֿון די ישׂראלים ווי נאַצי־מערדער.
פֿאַרשיידענע סטודענטישע גרופּעס האָבן אָרגאַניזירט אינעם לערן־יאָר 2013—2014, בסך־הכּל, צום ווייניקסטן 374 אַנטי־ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען. בערך 40 פּראָצענט פֿון זיי האָבן געהאַט צו טאָן מיטן אָרגאַניזירן בויקאָטן און סאַנקציעס קעגן ישׂראל. לויטן באַריכט פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, האָבן די אַקאַדעמישע אינסטאַנצן אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן געשטיצט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר, לכל־הפּחות, 57 אונטערנעמונגען, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט אַן איין־זײַטיקע פּערספּעקטיוו אויפֿן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
אַחוץ די אַקאַדעמישע סבֿיבֿות, זענען דעם לעצטן זומער פֿאָרגעקומען, צום ווייניקיסטן, 30 אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דורכגעפֿירט מיט דער הילף פֿון סטודענטישע פּראָ־פּאַלעסטינער גרופּעס, אין שײַכות מיט דער מיליטערישער אָפּעראַציע „צוק איתן‟ אין עזה.
ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַן אַנטי־ישׂראלדיקער טעטיקייט, וואָס שמעקט מיט אַנטיסעמיטיזם, קאָן מען דערמאָנען די פֿלוג־בלעטלעך, וואָס מע האָט פֿאַרשפּרייט אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין סאַנטאַ־באַרבאַראַ. די מחברים האָבן אָנגעצייכנט די צעשטערטע ניו־יאָרקער צווילינג טורעמס און מגן־דוד, טענהנדיק, אַז דער טעראָר־אַטאַק דעם 11טן סעפּטעמבער איז געווען, כּלומרשט, אַ געהיימע אַקציע פֿון „מוסד‟.
ווי אַן אומגעוויינטלעך געשעעניש קאָן מען דערמאָנען, ווי מעגאַן מאַרזעק, די פּרעזידענטין פֿונעם סטודענטן־ראַט בײַם אָהײַאָ־אוניווערסיטעט, האָט אויף זיך אויסגעגאָסן אַן עמער מיט אַ רויטער פֿליסיקייט, וואָס סימבאָליזירט דאָס בלוט פֿון די פּאַלעסטינער, וואָס די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרגאָסן אין עזה. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אוניווערסיטעט האָט זי געבעטן זיך באַטייליקן אין דער פּאָפּולערער חסד־קאַמפּאַניע, בעת וועלכער די באַטייליקטע באַגיסן זיך מיטן אײַז־קאַלטן וואַסער; אַנשטאָט דעם, האָט די אַקטיוויסטקע אַרויסעגעוויזן אויף אַזאַ אופֿן איר פּראָטעסט קעגן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.