אַחוץ די עכטע כּשרע מאכלים, לייגן אַ טייל רעסטאָראַנען פֿאָר כּמו־כּשרע פּראָדוקטן — געמאַכט אינעם כּשרן סטיל, ווי מע זאָגט אויף ענגליש. דאָס פֿלייש אין אַזעלכע מאכלים קאָן זײַן טרייף, נישט געשאָכטן על־פּי־הלכה, אָבער מוז קומען פֿון אַ כּשרער בהמה אָדער עוף. וואָס טוט מען, אויב מע איז נישט זיכער, צי אַ געוויסער מאכל אַנטהאַלט חזיר־פֿלייש?
צוויי פֿראַנצויזישע געשעפֿטסלײַט, זשאַן־פֿראַנסואַ זשוליען און אַבדעראַכמאַן שאַויִ, אַ געבוירענער אין אַלזשיר, האָבן אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אַ מכשיר, וואָס דערמעגעכט צו באַשטעטיקן, אַז אינעם פּראָדוקט איז נישטאָ קיין שפּור פֿון דער טרייפֿענער באַשעפֿעניש, מיט דער הילף פֿון אַ פּאָר גלעזערנע כּלים און אַ פּאַסמעלע, באַדעקט מיט אַ ספּעציעלן מאַטעריאַל, וואָס זעט אויס ווי אַ שוואַנגערשאַפֿט־פּראָבע. די פּראָצעדור פֿאַרנעמט עטלעכע מינוט.
לכתּחילה האָט מען דעם דאָזיקן מכשיר, וואָס הייסט „כאַלאַל־טעסט‟, צוגעטראַכט פֿאַר די מוסולמענישע קונים; 10,000 שטיק האָט מען שוין פֿאַרקויפֿט. אין גיכן פּלאַנירן די דערפֿינדער עס אָנצוהייבן פֿאַרקויפֿן סיסטעמאַטיש אויף דער אינטערנעץ.
פֿאַר ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן האָט אָבער אַזאַ המצאה אַ קליינע ווערט, ווײַל חזיר איז ווײַט נישט דער איינציקער מין בעלי־חיים, וואָס מע טאָר נישט עסן על־פּי הלכה. צי מע האָט געשאָכטן די קו, ווי געהעריק? צי מע האָט נישט אויסגעמישט קיין מילכיקס מיט פֿליישיקס? אויף אַזעלכע קשיות קאָן דער נײַער מכשיר נישט ענטפֿערן. אַגבֿ, פֿאַר ערנסטע מוסולמענער איז דאָס חזיר־פֿלייש אויך נישט די איינציקע שאלה.
דערצו, קאָסט יעדע פּראָבע מער ווי 8 דאָלאַר (6.90 אייראָ). אויב מע וויל זיך כּסדר באַנוצן מיט אַזאַ מיטל, באַקומט זיך גאַנץ טײַער. עס לוינט זיך פֿאַר די שפּײַז־פּראָדוצירער צו דינגען אַ משגיח און צו קריגן אַן געוויינטלעכן הכשר. פֿונדעסטוועגן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן אַזאַ מכשיר יאָ קומען צו נוץ די שטרענגסטע שומרי־תּורה־ומיצוות, וואָס פֿאַרלאָזן זיך נישט אינגאַנצן אויף די פֿאָרמעלע הכשרים. עס קאָן זײַן, אַז געוויסע יחידים וועלן זיך באַנוצן מיט די דאָזיקער פּראָבע, כּדי זיך צו באַרויִקן און באַשטעטיקן כאָטש איין וויכטיקן עלעמענט פֿון כּשרות, און ערשט דערנאָך מאַכן אַ ברכה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.