אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן אַנטאָלאָגיע „ייִדישע דיכטערינס‟ (1928) האָט דער קיִעװער פּאָעט עזרא קאָרמאַן באַשריבן דעם נשמה־צושטאַנד פֿון דער מאָדערנער „ייִדישער טאָכטער‟ אַזױ: „זי האָט נאָך גענוג ליבע און אָפּשײַ פֿאַר דער פּאַטריאַרכאַלער װעלט פֿון אירע עלטערן און סבֿיבֿה‟, אָבער „זי אַלײן ציט זיך שױן צו אַנדערע װעלטן […], װוּ זי האָט זיך אָנגעשטױסן אױף אַ נײַער שײנקײט‟.
די דאָזיקע שפּאַנונג צװישן דער אַלט–ייִדישקײט און דער נײַער װעלט פֿון פֿרײַער װעלטלעכקײט איז געװאָרן די טרײַבקראַפֿט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. װי װײַט לאָזט זיך דער דאָזיקער מאָדעל צופּאַסן צו דער ייִדישער פֿרױען־ליטעראַטור? צי איז מען בכלל באַרעכטיקט צו צעטײלן ליטעראַטור לױטן געשלעכט־פּרינציפּ? און אױב שױן יאָ, טאָ װי אַזױ בױט מען די „פֿרױען–טראַדיציע‟? װי אַ היפּוך אָדער װי אַ צוגאָב צום מענערישן „הױפּטשטראָם‟?
די דאָזיקע קשיות װערן באַהאַנדלט אינעם נײַעם פֿונדאַמענטאַלן װערק פֿון דער פּראָפֿעסאָרין קעטרין העלערשטײן, „די פֿראַגע פֿון טראַדיציע: ייִדישע דיכטערינס, 1586–1987‟. װי מען זעט פֿונעם טיטל, נעמט זי קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע קריטיש אויף פֿאַרן אַרױספּונקט פֿון אירע חקירות. איר קאָנצעפּציע װערט פּראָװאָקאַטאָריש אױסגעדריקט דורכן איבעראַנדערשן קאָרמאַנס דיכאָטאָמיע װי אַ קעגנשטעל צװישן „טעקסטועלקײט‟ און „סעקסועלקײט‟, דהײַנו, צװישן די אוצרות פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער ירושה און די אינערלעכע עמאָציעס און חלומות פֿון אַ מאָדערנעם יחיד. פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט איז די ליטעראַרישע „פֿרױען־טראַדיציע‟ אַנדערש פֿון דער „מענער־טראַדיציע‟, װײַל עס פֿעלט אין איר די השׂכּלה־תּקופֿה. פֿרױיִשע שטימען קלינגען הילכיק אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, און דערנאָך באַװײַזן זיי זיך װידער ערשט אין דער מאָדערנער תּקופֿה, צום סוף 19טן יאָרהונדערט.
דער גרעסטער טײל פֿון העלערשטײנס בוך איז געװידמעט דװקא די מאָדערנע ייִדישע דיכטערינס. דאָס צענטראַלע אָרט אין איר קאַנאָן פֿאַרנעמען זעקס נעמען, װאָס זי באַטראַכט פּאָרנװײַז: מרים אולינאָװער און ראָזע יאַקובאָװיטש, ציליע דראָפּקין און אַנאַ מאַרגאָלין, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי און מלכּה חפֿץ־טוזמאַן. דער הױפּטשטראָם פֿון דער פֿרױען־פּאָעזיע לױפֿט פֿונעם צװישן־מלחמהדיקן פּױלן קײן אַמעריקע, בעת דער טעמאַטישער פֿאָקוס רוקט זיך פֿון דער עלעגישער נאָסטאַלגיע נאָך דער אַלט־ייִדישקײט צו אינטימע איבערלעבונגען און מחשבֿות.
דאָס בוך פֿאַרמאָגט צװײ ניװאָען. אױף אײן ניװאָ איז דאָס אַ פּרטימדיקע קריטיש־אַנאַליטישע אױסטײַטשונג פֿון אײנצלנע לידער; אױפֿן אַנדערן ניװאָ איז דאָס אַ פּרוּװ אױפֿצובױען אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע טראַדיציע פֿון דער פֿרױען־דיכטונג מיט אַן אײגענעם קאַנאָן און פּעריאָדיזאַציע אין אַ דיאַלאָג מיט קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע. די דאָזיקע טראַדיציע, אין אונטערשיד צו דער אײַנגעשטעלטער „מענערישער‟ ליטעראַטור־געשיכטע, איז ניט אַזױ טיף אײַנגעװאָרצלט אין דעם סאָציאַל־פּאָליטישן היסטאָרישן קאָנטעקסט. איר יסוד איז דער המשכדיקער שמועס צװישן פֿרױען פֿון פֿאַרשידענע דורות און מקומות איבער די קעפּ פֿון מענער.
אַזאַ ראַדיקאַלער קוק, װאָס רוקט די מענער אָפּ אויפֿן הינטערגרונט, האָט זײַנע מעלות און חסרונות. פֿון אײן זײַט, קאָן מען בעסער און קלאָרער הערן די ספּעציפֿיש־פֿרױיִשע שטימען און שטימונגען, װאָס װערן איבערגעגעבן בירושה פֿון מוטער צו טאָכטער.
פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, בלײַבט מען מיט אַ פֿראַגע: צי געהערן די דאָזיקע פּאָעטישע שטימען טאַקע תּמיד צו פֿרױען? אָדער אפֿשר זײַנען אײניקע פֿון זײ טאַקע אַ פּראָדוקט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער שעפֿערישקײט צװישן פֿרױען און מענער? למשל, די מחברין דערמאָנט, אַז דוד בערגעלסאָן איז געװען דער „רבי‟ פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי אין קיִעװ. אײניקע לידער אירע טראָגן טאַקע יאָ אַ געװיסע השפּעה פֿון בערגעלסאָן. זײַן מירעלע הורװיץ איז דאָך געװען די סאַמע פֿולבלוטיקע און לעבעדיקע פֿרױיִשע געשטאַלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט.
מען קאָן, אַװדאי, רעדן אױך פֿון פֿאַרקערטע אײַנפֿלוסן, און העלערשטײן אַנטפּלעקט מײַסטעריש די השפּעה פֿון מרים אולינאָװער אױף איציק מאַנגערס סטיליזאַציעס אין זײַנע מדרש־ און מגילה־לידער. און דער קעגנזײַטיקער אױסטױש איז געגאַנגען ניט נאָר אינעװײניק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דבֿורה פֿאָגעלס סוררעאַליסטישע ייִדישע לידער זײַנען זײער נאָענט צו ברונאָ שולצס פּױלישע פֿאַנטאַסטישע דערצײלונגען; און די רוסישע, פּױלישע און דײַטשישע ליטעראַטורן זײַנען געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון דער בילדונג פֿון ייִדישע פֿרױען אין מיזרח־אײראָפּע.
אײן נאָמען צװישן די זעקס „קאַנאָנישע‟ דיכטערינס איז װײניקער באַקאַנט פֿון די אַנדערע. דאָס איז ראָזע יאַקובאָװיטש, װאָס איר גורל איז געװען ענלעך צו מרים אולינאָװער. בײדע דיכטערינס האָבן געלעבט אין פּױלן און זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן, און בײדע האָבן זיי שעפֿעריש איבערגעפֿלאָכטן טראַדיציאָנעלע מאָטיװן מיט מאָדערנע דאגות אין זײערע לידער. אָבער יאַקובאָװיטשעס סטיל איז ניט אַזױ „פֿאָלקסטימלעך‟ װי אולינאָװערס. די פּערסאָנאַזשן פֿון אירע לידער שטעלן זיך דראַמאַטיש אַנטקעגן די אַלטע רעליגיעזע מינהגים.
אולינאָװער און יאַקובאָװיטש, פֿאַרסך־הכּלט העלערשטײן, „האָבן געפּרוּװט צו פֿאַרקניפּן זײער דיכטונג מיט די פֿרומע ייִדישע טראַדיציעס פֿון דער פֿאַר–מאָדערנער תּקופֿה‟, אָבער זײערע שעפֿערישע חידושים „האָבן ניט איבערגעשניטן די גרענעצן פֿון זײער צײַט‟. זײ אַלײן זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם חורבן און דער ייִדישער קולטור אין פּױלן.
אַנדערש איז געװען דער שעפֿערישער גורל פֿון פֿיר אַנדערע דיכטערינס, װאָס האָבן געפֿונען אַ מקום–מיקלט מערבֿ־לים. דראָפּקין און מאַרגאָלין זײַנען געװאָרן אָנערקענטע, כאָטש װײַט ניט קײן צענטראַלע, פֿיגורן אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן מאָדערניזם. זײער דיכטונג, װײַט פֿון „ייִדישלעכע‟ טעמעס און שטימונגען, האָט אַנטװיקלט די ייִדישע ליטעראַרישע טראַדיציע דװקא דורך אָפּפֿרעגן דעם אַלטן באַגריף פֿון װײַבערישן „צניעות‟. אין זײערע לידער האָבן זײ איבערגעאַנדערשט באַקאַנטע ייִדישע מאָטיװן פֿון אַ פֿרױיִשן שטאַנדפּונקט, און אײנצײַטיק זיך געאַמפּערט מיטן „לשון–זכר‟ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן מאָדערניזם.
העלערשטײנס בוך דאַרף גורם זײַן װײַטערדיקע װיכּוחים. די מחברין האָט אַװעקגעשטעלט װיכטיקע פֿראַגעס װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, איר קאַנאָן, צענטער און פּעריפֿעריע. דאָס איז אַ שמועס, װאָס האָט, צום באַדויערן, אויסגעפֿעלט אין די לעצטע יאָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.