בראַד צימערמאַן האָט פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָן געהאַט אַ ציל אין לעבן: צו ווערן אַן אַקטיאָר.
נאָך זײַנע לימודים, אין 1978, האָט ער זיך אַריבערגעצויגן אין ניו-יאָרק, ווי אַ סך מענטשן טוען, טראָגנדיק אין זייער רענצל די זעלביקע בראָדוויי־ און האָליוווּד־חלומות. צווישן איין פֿאַרהער און דעם אַנדערן, געפֿינען אַזעלכע מענטשן, געוויינטלעך, די אַזוי־גערופֿענע צײַטווײַליקע פֿאַרדינסטן: זײַן אַ קינדהיטער, געבן פּריוואַטע לעקציעס, אָדער די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע — צו אַרבעטן ווי אַ סאַרווער אָדער אַ סאַרווערין. אויב דער חלום צו ווערן אַ שוישפּילער ווערט פּאַמעלעך צעשווענקט אין דער טאָג־טעגלעכקייט, גייען זיי ווײַטער אָן מיט זייער לעבן, און זוכן אַן אַנדער פֿאַך. אָבער אין צימערמאַנס פֿאַל, האָט דער באַגריף „צײַטווײַליק‟ באַקומען אַן אַנדער באַטײַט.
נישט ווייניקער ווי 29 יאָר האָט צימערמאַן געאַרבעט ווי אַ סאַרווער אין די ניו-יאָרקער רעסטאָראַנען. נישט ווײַל אין דער זעלבער צײַט איז ער געגאַנגען אויף פּראָבעס, דורכגעפֿאַלן און אפֿשר פֿרוסטרירט געוואָרן; קיין האָפֿענונג האָט ער נישט פֿאַרלוירן — געפֿאַלן, זיך אויפֿגעהויבן און האָט ווײַטער פּראָבירט. זײַן לעבנס־געשיכטע אין משך פֿון די כּמעט 30 יאָר סערווירן, אַנטפּלעקט אַ מעשׂה פֿון אַ מורא דורכצופֿאַלן. ערשט נאָך לאַנגע יאָרן פֿון פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע, האָט ער זיך ביסלעכווײַז באַפֿרײַט פֿון זײַן פּאַראַליזירנדיקער שרעק. הײַנט צו טאָג, שוין כּמעט אַ בן-שישים, איז ער אַרויס מיט אַ קאָמישער אויטאָביאָגראַפֿישער סאָלאָ-אויפֿטרעטונג אונטערן נאָמען „מײַן זון דער סאַרווער, אַ ייִדישע טראַגעדיע‟ (My Son the Waiter, A Jewish Tragedy).
שטעלט זיך די פֿראַגע: למאַי ווערט אַ קאָמישע אויפֿטריט דעפֿינירט ווי „אַ ייִדישע טראַגעדיע‟?
דאָ דאַרף מען דערקלערן, אַז מע רעדט וועגן אַ „ייִדישער אַמעריקאַנער טראַגעדיע‟, וואָס מע קען מיט אַנדערע ווערטער באַשרײַבן ווי די טראַגעדיע פֿון דעם נישט־אַמביציעזן אַמעריקאַנער ייִד. כּידוע, כאַראַקטעריזירט זיך דער אַמעריקאַנער ייִדישער שבֿט ווי אַ שבֿט פֿון „געווינערס‟; אַ שבֿט וואָס געהערט צו די סאַמע עליטאַרע קרײַזן אין אַ סך תּחומים. שוין אין דעם פֿאַקט אַליין ליגט אַ נישט קיין קליינער קאָמישער פּאָטענציאַל, מיט וויצן, ווי: „איך פֿאַרשטיי נישט, פֿאַר וואָס מע זאָגט, אַז 24 שעה אין אַ מעת-לעת איז נישט גענוג, ווײַל עס קלעקט נישט די צײַט אַלץ צו טאָן. מיר איז דווקא גאָר גענוג נאָר 11 שעה.‟ אָדער בעת ער דערציילט, ווי ער ווערט פֿול מיט כּעס, צוהערנדיק זיך צו אַנדערע מענטשן, וואָס באַשרײַבן זייערע זומער-פּלענער אין די האַמפּטאָנס-בערג: „אויף מײַן זומער־וואַקאַציע פֿאַרשטאַרק איך דעם ווענטילאַטאָר אויף מאַקסימום…‟
אָבער, אין וועמענס אויגן איז צימערמאַנס סטאַטוס פֿון אַ פֿאַרעלטערטן סאַרווער סײַ אַ טראַגישער און סײַ אַ קאָמישער, ווי דער טיטל אַליין איז שוין מרמז?
בײַ זײַן ייִדישער מאַמען. וואָס קען זײַן ערגער פֿון אַנטוישן די מאַמע, וואָס וויל בלויז שעפּן נחת פֿון איר זון? זי האָט דאָך נאָר די בעסטע כּוונות, ווי אויך די העכסטע דערוואַרטונגען פֿון אים. זי דערציילט אים כּסדר וועגן די גרויסע הצלחות פֿון די זין פֿון אירע חבֿרטעס; און ער דערציילט, וואָס זײַן מאַמע טראַכט וועגן אים: „אויב אַלץ וועט גיין לויטן פּלאַן, וועט בראַד זיך פֿאַרגינען אַ ביכערשאַנק…‟. אָדער: „גויים פֿאַרשטייען נישט, וואָס מיר, ייִדן, גייען דורך. ווען אַ נישט-ייִד קלינגט דער מאַמען אָן און זאָגט איר: ‘מאַמע, איך קען נישט קומען הײַנט אויף וועטשערע’, ענטפֿערט זי פּשוט: ‘פֿײַן’‟…
צימערמאַנס סטיל פֿון הומאָר איז צומאָל צו ביטער, אויף אַזוי פֿיל, אַז מע ווייסט נישט, צי מע זאָל לאַכן, צי בעסער אַרײַנפֿאַלן אין אַ מרה-שׁחורה. די בעסטע קאָמישע מאָמענטן קומען, ווען ער דערציילט וויצן וועגן די יאָרן, ווען ער איז געווען אַ סאַרווער. ער מאַכט חוזק פֿון די אָנגעבלאָזענע רעסטאָראַן-באַזוכער, בשעת ס’איז גאַנץ קלאָר, אַז דער עולם אין זאַל באַשטייט פֿון רעסטאָראַן-קונדן, און נישט פֿון סאַרווערס.
די אַנדערע קאָמישע מאָמענטן קומען, ווען ער רעדט וועגן דער מאַמען; און דאָ נעמט מען אַרײַן אויך די פֿאַרשפּרייטע ייִדישע וויצן. מער עמאָציאָנעל נעמען זיך אויף די דערמאָנונגען ווען זײַן טאַטן ז”ל, וואָס ער האָט אים נישט געוואָלט אַנטוישן, און ווי דער טאַטע האָט נישט דערלעבט צו געניסן פֿון זײַן זונס הצלחה.
די אויפֿטרעטונג „מײַן זון דער סאַרווער — אַ ייִדישע טראַגעדיע‟, קען מען זען אינעם „טראַיאַד טעאַטער‟ (Triad Theatre), וואָס געפֿינט זיך אויף דער אַפּער-וועסט סײַד פֿון מאַנהעטן, 158 וועסט 72ער גאַס.
אָט איז אַ קורץ שטיקל פֿון דער אויפֿטרעטונג:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.