אין שײַכות מיט דער באַשולדיקונג קעגן הרבֿ באַרי פֿרוינדעל, אין וואַשינגטאָן, אין האָבן זיך אונטערגעקוקט ווי גיורתן גרייטן זיך צו דער מיקווה, האָט דער הויפּט פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה פֿאַר פֿרויען געטענהט, אַז די מענער רבנים מוזן בכלל נישט בײַזײַן, בעת אַ גיורת טובֿלט זיך.
הרבֿ דזשעפֿרי פֿאַקס, דער ראָש־ישיבֿה פֿון „ישיבֿת מהרת‟ אין ניו־יאָרק, האַלט בײַם צוגרייטן אַ תּשובֿה, טענהנדיק, אַז לויטן דין איז נישט נייטיק, אַז אַ רבֿ זאָל זײַן אינעם צימער, וווּ די מיקווה קומט פֿאָר, אָדער אַפֿילו לעבן דער אָפֿענער טיר פֿון דער מיקווה, כּדי עדות צו זאָגן, אַז אַ גיורת האָט זיך ריכטיק געטובֿלט.
פֿאַקס זאָגט, אַז ער וועט אַרויסלאָזן די תּשובֿה במשך פֿון דער קומעדיקער וואָך, דורך דער „ישיבֿה מהרת‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אויסשולן פֿרויען צו ווערן גײַסטיקע פֿירער אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה.
דער ענין, פּריוואַטקייט פֿאַר גיורתן, איז לעצטנס געוואָרן אַ ברענענדיקע טעמע, זינט הרבֿ פֿרוינדעל איז באַשולדיקט געוואָרן אין אַרײַנשטעלן געהיימע קאַמערעס לעבן דער מיקווה פֿון זײַן שיל, כּדי זיך אונטערצוקוקן ווען די פֿרויען טובֿלען זיך.
פֿאַקס האָט צוגעגעבן, אַז ער און אַנדערע לערער אין „ישיבֿת מהרת‟ וועלן אויך רופֿן צו געבן אויסגעשולטע פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע בײַם צוגרייטן און העלפֿן די פֿרויען דורכצומאַכן דעם גיור, אַנשטאָט צו לאָזן די צוגרייטונגען בלויז אין די הענט פֿון מענער רבנים.
פֿאַקס האָט נישט אָנגעגעבן קיין פּרטים וועגן פֿרוינדעל, אָבער האָט באַטאָנט, אַז דער פֿרוינדעל־ענין איז אַ סימן פֿון דער אומגלײַכער דינאַמיק צווישן מענער און פֿרויען אין אַ סך ייִדישע ריטואַלן — אַ זאַך, וואָס קאָן גרינג אויסגעניצט ווערן אויף אַ קרומען אופֿן.
„אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה הערשט אַ געוויסע היעראַרכיע פֿון דער מאַכט,‟ האָט פֿאַקס געזאָגט דער ייִט״אַ. „אונדזער ציל איז צו באַלאַנסירן די דאָזיקע היעראַרכיע.‟
די הויכע באַאַמטע פֿון „ישיבֿת מהרת‟, בשותּפֿות מיט עטלעכע אַנדערע רעליגיעזע ייִדישע אינסטיטוציעס אין ניו־יאָרק, וועלן דעם קומעדיקן דאָנערשטיק אָנפֿירן מיט אַ סימפּאָזיום אויף דער טעמע, „ווי אַזוי מע קען באַשיצן אונדזערע הייליקע ערטער, און פֿאַרזיכערן די גרענעצן פֿון אונדזערע גײַסטיקע פֿירער און רבנישע אויטאָריטעטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.