אין מאָסקווער איז בײַ דעם בית־דין געשאַפֿן געוואָרן אַ באַזונדערער אָפּטייל פֿון גיור, אין שפּיץ מיטן פֿאָרזיצער ר’ מאיר מאַנעוויטש. מאַנעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין דער סאָוועטישער ליטע, האָט זיך געלערנט אין די ישׂראלדיקע ישיבֿות, רעדט רוסיש, העברעיִש און ייִדיש; ער איז אַ בקי אין הלכה און דערצו אַ לערער — שוין לאַנג פֿירט ער דורך לעקציעס אינעם אולפּן־גיור. איצט וועט ער צוגרייטן יענע, וואָס ווילן זיך מגייר זײַן, זײַן זייער בעל־יועץ, און קאָנטראָלירן זייערע פּערזענלעכע ענינים. אַ לענגערע צײַט איז זיך מגייר צו זײַן אין רוסלאַנד געווען כּמעט אוממעגלעך: די פֿאַלן פֿון גיור זענען געווען בלויז געציילטע, און אַלע מאָל האָט דער ענין זיך געצויגן עטלעכע יאָר. איצט פֿונקציאָנירן אין מאָסקווע 2 פּראָגראַמען פֿון גיור — בײַ מאַנעוויטשן (וואָס אין זײַן אולפּן לערנען זיך אַרום 60 מענטשן אַלע יאָר) און אין חב״ד.
די גרויסע מאָסקווער כאָר־שיל איז געוואָרן אַ טעמע פֿון אַ נײַער אויסשטעלונג וואָס ווערט צוגעגרייט אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי. דער הויפּט־העלד פֿון דער אויסשטעלונג איז ר’ שמריה־לייב מעדאַליע, וואָס איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע. אין 1938 האָט מען אים אַרעסטירט און דערשאָסן. די אויסשטעלונג וועט דערציילן וועגן דער משפּחה מעדאַליע, וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון מאָסקווער ייִדן, און בכלל — פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום.
אויף רוסיש איז אַרויס אַ וויכטיקע איבערזעצונג פֿון ייִדיש: די פֿאַרלאַגן „קניזשניקי‟ און „גשרים‟ האָבן אָפּגעדרוקט דעם לעצטן באַנד פֿון „צאינה־ראינה‟. דאָס איז די ערשטע רוסישע איבערזעצונג פֿונעם ספֿר, וואָס איז אַמאָל געווען אַזוי פּאָפּולער צווישן די ייִדישע פֿרויען אין רוסלאַנד. 2 בענד — „בראשית‟ אין דעם ערשטן באַנד, און „שמות‟ און „ויקרא‟ אין דעם צווייטן באַנד — זענען שוין פֿריִער געדרוקט געוואָרן. איצט זענען אַרויס „במידבר‟ און „דבֿרים‟.
אין דעם פּראָיעקט האָבן אָנטייל גענומען כּמעט אַלע רוסישע ייִדישיסטן: וואַלערי דימשיץ, ישׂראל נעקראַסאָוו, וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ און אַלכּסנדרה פּאָליאַן. פֿון דער ישׂראלדיקער זײַט איז דער בעל־יועץ פֿון דער אויסגאַבע געווען באָריס קאָטלערמאַן. צום באַדויערן, איז די איצטיקע אויסגאַבע ניט קיין אַקאַדעמישע; דער פֿאַרלאַג האָט געוואָלט אַרויסגעבן דווקא אַ בוך פֿאַר משפּחה־לייענען.
נאָך אַ ידיעה פֿון דער ביכער־וועלט: די פּרעסטיזשפֿולסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין רוסלאַנד, אַנדריי בעליס־פּרעמיע, אין דער נאָמינאַציע „איבערזעצונג‟ — האָט דאָס יאָר באַקומען נאַטאַליאַ אַזאַראָוואַ, אַ רוסישע לינגוויסטין און דיכטערין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, פֿאַר איר איבערזעצונג פֿון „ים־אָדע‟ — פֿון פֿערנאַנדאָ פּעסאָאַ. פּעסאָאַ איז איינער פֿון די באַרימטסטע פּאָרטוגאַלישע פּאָעטן און זיכער דער באַרימטסטער צווישן די ייִדישע פּאָרטוגאַלישע שרײַבער. די פּאָעמע „ים־אָדע‟ איז זײַן באַקאַנטסט ווערק; ניט געקוקט אויף דעם, איז די פּאָעמע ביז איצט ניט איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש. אַנדריי בעליס־פּרעמיע איז איינע פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע אין דער ליטעראַרישער וועלט. דער האָנאָראַר איז גאָר סימבאָליש — אַן עפּל, אַ פֿלאַש משקה און 1 רובל.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט די וואָך אָרגאַניזירט אַ לעקציע וועגן דער קולטור פֿון מאַראַנען, די ספֿרדישע ייִדן, וואָס האָבן זיך מכּלומרשט געשמדט, אָבער זענען געבליבן טרײַ דעם ייִדישן גלויבן און האָבן בסוד געהאַלטן ייִדישע טראַדיציעס און מיצוות.
די לעקציע האָט געהייסן „געפֿערלעכע פּאַטלאַזשאַנעס‟, און די רייד איז געגאַנגען וועגן דער זאַך, וואָס האָט די מאַראַנען געמאַכט אַנדערש פֿון די אמתע קריסטן, דהיינו, וועגן זייערע מאַכלים. שכנים, וואָס האָבן די מאַראַנען געמסרט, האָבן אָפֿט געשריבן דווקא וועגן דעם, וואָס די מכּלומרשט גוטע נײַע קריסטן עסן און קאָכן; ווען זיי גרייטן צו אַ סך רײַכע מאַכלים, און ווען זיי פֿאַסטן. די אינקוויזיציע האָט זייער געשאַצט אַזעלכע קיך־מסירות. פֿאַרשטייט זיך, אַ סימן־מובֿהק פֿון דעם, וואָס אַ מענטש איז בסתר געבליבן אַ ייִד איז געווען, אַז ער האָט ניט געגעסן קיין חזיר, און אַנשטאָט דעם געקאָכט אַנדערע מאַכלים — קודם־כּל, פֿון גרינסן. וועגן דער דיעטע פֿון די מאַראַנען האָט דערציילט די היסטאָריקערין גאַלינאַ זעלענינאַ, און ראָמאַן גרשוני, דער קעכער, האָט געקאָכט און געגעבן דעם עולם פֿאַרזוכן עטלעכע ספֿרדישע מאכלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.