דער פּרעזידענט פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט האָט מאָנטיק באַערט דעם פּויפּסט פֿראַנסיס מיט דער העכסטער אויסצייכענונג פֿון דער ישׂראלדיקער שול.
הרבֿ דניאל הערשקאָוויץ האָט מאָנטיק באַערט דעם פּויפּסט מיט דער אויסצייכענונג, ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע לעבן־לאַנגע באַמיִונגען צו פֿאַרשפּרייטן שלום צווישן פֿעלקער און זײַן קאַמף פֿאַר מענטשנרעכט. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אין וואַטיקאַן.
„מיר זענען די זין פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, און דערפֿאַר איז עס אונדז אַ פּריווילעגיע און אַן אַחריות צו העלפֿן ברענגען שלום אויף דער וועלט,‟ האָט פֿראַנסיס דערקלערט פֿאַר דער דעלעגאַציע פֿון 25 אַקאַדעמיקער פֿון בר־אילן, און געשעפֿטסלײַט פֿון דרום־אַמעריקע און שפּאַניע.
הערשקאָוויץ האָט געזאָגט דעם פּויפּסט, אַז דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט זיך לעצטנס געוואָנדן צו „בר־אילן‟ מיט אַ בקשה, אַז דער אוניווערסיטעט זאָל דינען ווי אַ באַזע פֿאַר דיאַלאָג פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעס — אַן איניציאַטיוו, וואָס פֿראַנסיס און פּערעס האָבן מסכּים געווען בשותּפֿות אויסצופּלאַנירן. דער פּויפּסט האָט וואַרעם באַגריסט די ידיעה.
דאָס באַערן פֿראַנסיס האָט אָפּגעמערקט דעם אָפֿיציעלן אָנהייב פֿון די פֿײַערונגען, וואָס „בר־אילן‟ וועט הײַיאָר דורכפֿירן, לכּבֿוד זײַן 60סטן יובֿל.
„נאָך איידער עס זענען געווען רעליגיעס אויף דער וועלט, האָבן מענטשן פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון שלום און קאָאָפּעראַציע,‟ האָט הערשקאָוויץ געזאָגט דעם פּויפּסט. „צום באַדויערן, לעבן מיר הײַנט אין אַ וועלט פֿול מיט שׂינאה. אונדזער קומען אַהער איז אַ סיגנאַל פֿון אַ נײַעם אָנהייב, און נײַע געלעגנהייטן.‟
לויט אַ באַריכט אין „האָרץ‟, האָט די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און די „פּי־על־אָו‟ אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט צום וואַטיקאַן, הלמאַי דער פּויפּסט האָט מסכּים געווען אויפֿצונעמען די דעלעגאַציע פֿון „בר־אילן‟, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן באַשולדיקט אין פּריידיקן רעכט־ליניקע שטעלונגען און שטיצן די קאָלאָניסטן און ייִשובֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.