דעם 20סטן אָקטאָבער, האָט הרבֿ שמואל בוטח, אַ באַקאַנטער „סעקס־גורו‟, אַ טעלעוויזיע־אויפֿטרעטער און אַ ליובאַוויטשער חסיד, פֿאַרטיידיקט אינעם זשורנאַל „ניו־יאָרק אָבסערווער‟ יוסף טעלושקינס ביאָגראַפֿיע פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, און האָט שאַרף קריטיקירט די, וואָס האָבן עס פֿאַרדאַמט.
במשך פֿון די לעצטע חדשים, אין שײַכות מיטן 20סטן יאָרצײַט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, זענען אַרויס דרײַ נײַע ביאָגראַפֿישע ביכער וועגן אים: פֿון הרבֿ חיים מילער, הרבֿ יוסף טעלושקין און הרבֿ עדין שטיינזאַלץ.
מילער איז אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער חסיד און אַ מחבר פֿון אַ צאָל ספֿרים וועגן חסידות. אין קאָנטראַסט, איז טעלושקין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ, וועלכער האָט אָנגעשריבן צענדליקער פּאָפּולערע ביכער. אין זײַנע ווערק טרעפֿט זיך צומאָל אַ שאַרפֿע קענגערשאַפֿט לגבי די סאַטמאַרער חסידים, ווי אויך צווייפֿלהאַפֿטיקע באַמערקונגען וועגן ייִדיש, ווי אַן „אָפּשטאַרבנדיקע‟, גלות־שפּראַך. צו ליובאַוויטש באַציט ער זיך אָבער גאַנץ פּאָזיטיוו.
זײַן בוך וועגן דעם ליובאַוויטשער רבין האָט אַרויסגערופֿן אַן אומגעוויינטלעכן סקאַנדאַל. דער אָבֿ־בית־דין פֿון טאָראָנטאָ, הרבֿ גרשון־אלישע שוחט, האָט מיט אַ פּאָר טעג פֿאַר ראָש־השנה אָנגעשריבן אַ פּאַשקעוויל אין אַ גאָר שאַרפֿן קנאָיִשן סטיל קעגן דעם „אַפּיקורסישן‟ כאַראַקטער פֿון טעלושקינס בוך. קיין קאָנקרעטע ראיות דערמאָנט ער אָבער נישט, אַחוץ טעלושקינס פֿרײַנדלעכער באַציִונגע צו די קאָנסערוואַטיווע ייִדן.
זעלטן ווערן אַזעלכע פּאַשקעווילן פֿאַרשפּרייט אינעם הײַנטיקן חב״ד. צום לעצטן מאָל האָב איך געטראָפֿן דווקא אין די ליובאַוויטשער שילן. די הײַנטיקע חב״ד־קהילות באַציִען זיך גאַנץ פֿרײַנדלעך צום וועלטלעכן עולם און ציִען צו אַזעלכע מענטשן, למשל, וואָס כאַפּן זיך אַרײַן ראָש־שנה אויף אַ פּאָר מינוט אין אַ חב״ד־שיל, פֿאָרנדיק אין זייער אויטאָס, כּדי אויסצוהערן די תּקיעות. עס באַקומט זיך אָבער, אַז אַ פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו די, וואָס לעבן נישט על־פּי הלכה, קאָן אַרויסגערופֿן צווישן אַ טייל ליובאַוויטשער אַזאַ שאַרפֿע רעאַקציע.
שטיינזאַלץ, דער מחבר פֿון דער דריטער ביאָגראַפֿיע, איז אַ באַגאַבטער שרײַבער און אַן אינטערעסאַנטער דענקער, אָבער אַ סתּירותדיקער מענטש. אין קאָנטראַסט מיט טעלושקינען, קאָן מען זאָגן, אַז ער איז אַ הלכה־עקסטרעמיסט. אינעם יאָר 2005 האָט דער דאָזיקער טוער אָנגענומען די ראָלע פֿונעם „נשׂיא‟ אין אַ נײַעם „סנהדרין‟ — אַן אויסטערלישע אינסטאַנץ, וואָס אַ גרופּע עקסטרעם־רעכטע מיליטאַנטישע ייִשובֿניקעס האָט געפּרוּווט אויפֿצושטעלן אין טבֿריה, האָפֿנדיק צו צווינגען אַלעמען צו פֿאָלגן זייער פּסקי־הלכה און אַפֿילו אָנצופֿירן רעליגיעזע מלחמות. שפּעטער האָט שטיינזאַלץ זיך צעקריגט מיט די דאָזיקע „ייִדישע דזשיהאַדיסטן‟, ווײַל זייער צוגאַנג צו הלכה איז צו בייגעוודיק, לויט זײַן מיינונג. צוליב דער זעלבע סיבה, פֿאַרדאַמען אים אַ טייל ליטווישע מתנגדים, פֿון זייער צד, אין אַפּיקורסות — צוליב שטיינזאַלצס מער ליבעראַלער צוגאַנג צו הלכה.
אַ סך פֿאַרדאַמער פֿון דער ליובאַוויטשער באַוועגונג פֿאַרגלײַכן זי מיט דער קריסטלעכער רעליגיע און באַטראַכטן עס ווי אַ קולט פֿונעם רבין, וואָס האָט איז אַראָפּ פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן דרך. ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאָקוסירן זיך די קריסטן אויף זייער משיחישן גלייבן און וואַרפֿן אָפּ די אַלטע ייִדישע הלכה. ווען אַ זײַטיקער מענטש קומט אַרײַן אין אַ חב״ד־שיל, וווּ די חשובֿסטע מתפּללים זענען מחלל־שבת בפֿרהסיה, אָבער גלייבן, אַז דער רבי איז משיח, קאָן זיך שאַפֿן אַזאַ אײַנדרוק.
אין איינעם פֿון זײַנע עסייען באַטראַכט שטיינזאַלץ דעם חילוק צווישן דעם קריסטלעכן און ייִדישן גלויבן. די קריסטן גלייבן, לויט אים, אַז דער באַשעפֿער האָט זיך אַנטפּלעקט אין אַ מענטש, און ייִדן גלייבן, אַז ער האָט זיך אַנטפּלעקט אין דער הלכה. די אייביקע געזעצן פֿון דער תּורה, באַטאָנט דער מחבר בפֿירוש, זענען בעצם געטלעכקייט. דעריבער, דערקלערט ער ווײַטער, איז פֿונדאַמענטאַליזם דווקא אַ גוטער געדאַנקען־גאַנג.
ס׳איז באַקאַנט אַן אַלטער חסידישער וויץ, אַז אַ חסיד דינט דעם אייבערשטן, און אַ מתנגד — דעם „שולחן־ערוך‟. דער איזשביצער רבי און אַ ריי אַנדערע צדיקים וואָרענען, אַז אויב מע נעמט אויף די תּורה ווי אַ פֿאַרגליווערטע סיסטעם פֿון פֿיקסירטע נאָרמעס, ווערט זי גופֿא פֿאַרוואַנדלט אין אַ „שטיינערנעם אָפּגאָט‟. עס באַקומט זיך, אַז מע קאָן זײַן נאָענט צום ליובאַוויטשער חסידות, און פֿאָרט פֿאַרוואַנדלען די הלכה, נעבעך, פֿאַקטיש אין אַן עבֿודה־זרה.
וואָס איז ערגער, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן: אַ קולט פֿון אַ פּערזענלעכקייט אָדער פֿון איינאַרטיקע נאָרמעס? בוטח האָט לעצטנס פֿאַרשפּרייט דעם געדאַנק, אַז יעזוס איז געווען אַן ערלעכער פֿרומער ייִד. זײַן בוך האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, אָבער קיין גרויסער חידוש איז דערין נישטאָ. מיט 150 יאָר צוריק, האָט אַ חשובֿער ליטווישער רבֿ, אליהו־צבֿי סאָלאָווייטשיק, אַן אייניקל פֿון רב חיים וואָלאָזשינער און דער פֿעטער פֿונעם בריסקער רבֿ, אָנגעשריבן אַ גאַנצן פּירוש אויף דער קריסטלעכער עוואַנגעליע, מיטן נאָמען „קול־קורא‟, האָפֿנדיק צו לייזן די סתּירות צווישן ייִדן און קריסטן. אַזוי ווי בוטח, פֿאַרלאָזט ער זיך אויף די פֿריִערדיקע ענלעכע דעות פֿונעם באַרימטן חכם יעקבֿ עמדין.
דער גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע איז געווען אַ כאַריזמאַטישער יונגערמאַן, וועלכער האָט געקעמפֿט פֿאַרן סאָציאַלן יושר, הגם זײַן באַוועגונג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט, במשך פֿון די דורות, אין אַ געפֿערלעכן קולט פֿון קירך־מאַכט. צום באַדויערן, ווערן אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט נישט זעלטן לכתּחילה קאָמבינירט ביידע עבֿודה־זרות: מע מוז מעכאַניש פֿאָלגן די אַזוי־גערופֿענע „דעת־תּורה‟ פֿון די „גדולים‟, ווײַל אַרום געוויסע יחידים, לאַוו־דווקא חכמים אָדער צדיקים, האָט זיך געשאַפֿן אַ קולט פֿון אַבסאָלוטער אויטאָריטעט.
די ליובאַוויטשער האַלטן דווקא יא, אַז מע מוז היטן אַלע פּרטים פֿון דער הלכה ביז דער לעצטער פּיטשעווקע, און אַז מע וועט עס ווײַטער טאָן אַפֿילו אין משיחס צײַטן — הגם אין דער געשיכטע פֿון חב״ד זענען געווען אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, וואָס האָבן געגלייבט אַנדערש. די ליובאַוויטשער מיינען אָבער נישט, אַז די וועלטלעכע אָדער זינדיקע מענטשן זענען ערגער צי נידעריקער פֿון די פֿרומע. צוליב דעם, שפּירט זיך אין אַ טייל ליובאַוויטשער קרײַזן אַ געוויסער טעם פֿון „ווילדקייט‟.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דווקא אַ ריי פּוילישע און גאַליציאַנער צדיקים, נישט קיין חב״דניקעס, באַטראַכט די הלכה בלויז ווי אַ רעלאַטיוו מיטל אויפֿן וועג צום נשמה־שלימות. אין דער דערמאָנטער עסיי, דערמאָנט שטיינזאַלץ דעם באַקאַנטן מאמר פֿונעם „זוהר‟, לויט וועלכן דער רבונו־של־עולם און די תּורה זענען ממש איינס: „אורייתא וקוב”ה כולא חד‟. דער מחבר באַמערקט, אַז אַ סך איסלאַמישע מיסטיקער האָבן כּסדר געשריבן וועגן שיכּרות און ווײַן, הגם אַ מוסולמענער טאָר נישט טרינקען. בײַ ייִדן זענען אָבער, כּלומרשט, קיינמאָל נישט געווען אַזעלכע „אומהלכהדיקע‟ מקובלים. שטיינזאַלץ לויבט די פֿרומע ייִדן פֿאַר דעם, וואָס דווקא זיי זענען די עכטע פֿונדאַמענטאַליסטן.
לויט דער קלאַסישער קבלה, גייט אינעם דערמאָנט מאמר פֿונעם „זוהר‟ די רייד וועגן דעם באַהאַלטענעם געטלעכן ליכט, וואָס שטעקט אין דער תּורה. אַדרבה, דער „זוהר‟ באַטראַכט די הלכה בלויז ווי דאָס אויסערלעכע „שאָלעכץ‟ פֿון די געטלעכע סודות־התּורה. למשל, רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, דער גרויסער תּלמיד פֿון רבי אלימלך ליזשענסקער און אַ חסידישער קלאַסיקער, שרײַבט אין זײַן ספֿר „מאור־ושמש‟, אין שײַכות צום ערשטן טאָג סוכּות, אַז אַ ייִד דאַרף שטרעבן צו דערגרייכן די מדרגה פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, וועלכער האָט מקיים געווען אַלע מיצוות ברוחניות, און אַז כּל־זמן מע האָט נאָך נישט דערגרייכט די דאָזיקע הויכע מדרגה, „רזא דמחשבֿה‟, בלײַבט מען ווײַט פֿון שלימות.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די טערמינאָלאָגיע פֿון „מאור־ושמש‟ קלינגט גאַנץ ענלעך צו דער דערמאָנטער שיטה פֿון די מוסולמענישער מיסטיקער. מע מוז קודם דורכגיין דעם הלכה־שטאַפּל פֿון „שאַריאַט‟ און דערנאָך זיך פֿאַרנעמען מיטן תּיקון־המידות און רוחניותדיקע דרכים — „טאַריקאַט‟; ווײַטער קאָן אַ דערהויבענער מענטש צוקומען צו די העכערע „סטאַנציעס‟ מחוץ די פֿיקסירטע נאָרמעס און פֿאַרזוכן דעם „ווײַן‟ פֿון מיסטישער פֿרײַהייט.
דער מחבר פֿון „מאור־ושמש‟ רעדט וועגן דרײַ „סוכּות‟, איינע העכער פֿון דער צווייטער. איבער די צוויי „געצעלטן‟ פֿון הלכה און תּיקון־המידות שטייט די העכערע „סוכּת שלם‟, וווּ די מיצוות „כּהלכתם בפּועל ממש‟ זענען מער נישט אַקטועל. הגם דער חסידישער צדיק רעדט בלויז וועגן דערהויבענע יחידים, אָט אײַך אַ ייִדישער געדאַנק בפֿירוש אינעם נוסח פֿון אָמאַר כאַיאַמס און רומיס מיסטישע לידער וועגן ווײַן, באַגרינדעט ממש אויף דער זעלביקער שיטה וועגן רוחניותדיקע „סטאַנציעס‟.
הרבֿ דוד בערגער, דער דעקאַן פֿון דער גראַדויִר־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שטודיעס בײַ ישיבֿה־אוניווערסיטעט, באַקאַנט ווי אַ פֿאַרביסענער קריטיקער פֿון חב״ד, איז אָנגעפֿאַלן אינעם זשורנאַל „טאַבלעט‟ אויף אַלע דרײַ ביאָגראַפֿיעס פֿונעם רבין צוליב דעם, וואָס די מחברים פֿאַרקוקן די קאָנטראָווערסאַלע משיחישע טענדענצן פֿון דער הײַנטיקער ליובאַוויטשער באַוועגונג. מיר דאַכט זיך אָבער פֿאַרקערט, אַז די משיחישע דינאַמישקייט און ווילדקייט קאָן זײַן דווקא אַ רפֿואה פֿאַרן מתנגדישן הלכה־אַבסאָלוטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.