מיטוואָך, דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט גענעראַל־מאַיאָר יאיר גולן, דער קאָמאַנדיק פֿון די ישׂראלדיקע כּוחות אויף דער גרענעץ פֿון לבֿון און סיריע, געזאָגט דעם מיליטערישן ראַדיאָ, אַז, לויטן חשד פֿון די ישׂראלדיקע מלוכישע אינסטאַנצן, קאָנען אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם לאַנד אויך זײַן געהיימע טונעלן, ענלעך צו דער אונטערערדישער נעץ פֿון „כאַמאַס‟, וואָס די מיליטאַנטן פֿון „כעזבאָלאַ‟ האָבן געקאָנט אויסגראָבן, כּדי זיך צוצוגרייטן צו אַ מעגלעכער מלחמה. קיין קלאָרע ראיות דערפֿון האָט מען אָבער נישט.
אַ טייל תּושבֿים פֿונעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן געליטן פֿון די „כעזבאָלאַ‟־ראַקעטן בעת דער מלחמה אין לבֿנון, אינעם יאָר 2006, האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן צומאָל געהערט מאָדנע קלאַנגען פֿון אונטער דער ערד. אַ סבֿרא, אַז די מיליטאַנטן האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן אויסגראָבן די טונעלן ווי אַ נײַע מלחמה־טאַקטיק. דאָס ישׂראלדיקע מיליטער האָט געפּרוּווט צו באַשטעטיקן, צי ס׳איז טאַקע אַזוי; נאָך אַ ריי זוכענישן האָט מען אָבער נישט אַנטדעקט קיין אונטערערדישע סטרוקטורן.
גולן האָט באַטאָנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די „כאַמאַס‟טונעלן, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט אַ ממשותדיקע סכּנה, איז עס בלויז אַ השערה. די ישׂראלדיקע אַרמיי קלײַבט זיך נישט אָנהייבן קיין נײַע אָפּעראַציע. די געהיימע טונעלן זענען אָבער נישט קיין נאָווינע אין לבֿנון, און זענען נישט חידוש פֿאַר „כעזבאָלאַ‟.
אויב די דאָזיקע גרופּע האָט טאַקע אויסגעגראָבן אַ סיסטעם פֿון טונעלן בײַ דער גרענעץ, האָט דער גענעראַל צוגעגעבן, קעמפֿט זי איצט אין דער סירישער בירגער־קריג אויפֿן צד פֿונעם פּרעזידענט, באַשאַר אַל־אַסאַד, און וויל נישט האָבן קיין נײַע קאָנפֿליקטן מיט ישׂראל. הגם „כעזבאָלאַ‟ פֿאַרמאָגט אַ גרויסן ראַקעטן־אַרסענאַל — מסתּמא, צען מאָל מעכטיקער, ווי „כאַמאַס‟ — און וואָלט געקאָנט באַשיסן ישׂראל פֿון די ערטער, וווּ די שוץ־סיסטעם „כּפּת ברזל‟ וואָלט נישט געקאָנט העלפֿן, וויל זי נישט שטעלן דעם דרומדיקן טייל פֿון לבֿנון אין אַ סכּנה פֿון שווערע אַטאַקן מצד דער ישׂראלדיקער אַרמיי.
פֿונדעסטוועגן, זענען במשך פֿון די לעצטע וואָכן געשען אַ צאָל צופֿעליקע אינצידענטן בײַ דער צפֿונדיקער גרענעץ. איין ישׂראלדיקער סאָלדאַט איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן צוליב אַ מינע, וואָס אַ „כעזבאָלאַ‟־מיליטאַנט האָט אונטערגעלייגט אויפֿן וועג. ווי אַן ענטפֿער, האָט צה״ל באַשאָסן דרום־לבֿנון מיט ראַקעטן. בדרך־כּלל, אָבער, ווערט איצט אָנגעהאַלטן אַ מין געמיינזאַמער באַלאַנס צווישן ישׂראל און „כעזבאָלאַ‟. גולן האָפֿט, אַז די איזאָלירטע אינצידענטן אויף דער גרענעץ וועלן נישט גורם זײַן קיין ערנסטן באַוואָפֿנטן צוזאַמענשטויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.