(די 2 טע זײַט פֿון 2)
סענודיאָגלו האָט געעפֿנט די טיר און ס׳האָט זיך אַנטפּלעקט אַ קליינער הויף פֿון ברוקשטיין, עטלעכע ביימער און אַ פּשוטע שטיינערנע געבײַדע, וווּ אַ מנין טרעפֿט זיך איין מאָל אַ וואָך. אַן עלטערער מוסולמענישער שכן האָט אונדז געבראַכט טערקישע טיי. „אין אַנטאַקיע איז מען זייער גאַסטפֿרײַנדלעך,‟ האָט סענודיאָגלו געזאָגט דורך אַן איבערזעצער. „יעדער שטיצט אונדז דאָ.‟
מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט דער בירגער־מײַסטער פֿון אַנטאַקיע, לוטפֿו סאַוואַס, אָנגענומען סענודיאָגלוס בקשה צו ניצן צוויי ליידיקע דירות ווי ערטער אויפֿצונעמען שבת־געסט, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
„מיר באַקומען נישט קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַמעריקע, אייראָפּע, ישׂראל אָדער אַפֿילו איסטאַמבול — האָט ער באַמערקט — אָבער די אָרטיקע רעגירונג טוט אַלץ וואָס זי קען, צו העלפֿן די אָרטיקע מינאָריטעטן.‟ אין מיטן פֿון אונדזער שמועס האָט סענודיאָגלו טאַקע אָנגעקלונגען דעם בירגער־מײַסטער אויף זײַן פּריוואַטן מאָביל־נומער, כּדי אים צו באַדאַנקען פֿאַר זײַן ברייטהאַרציקייט.
און נישט בלויז די פּאָליטיקער העלפֿן דער ייִדישער קהילה. נאָך דעם ווי מע האָט רעמאָנטירט די צוויי דירות פֿאַר שבת־געסט, האָט סענודיאָגלו זיך דערוווּסט, אַז דער גלח פֿונעם דערבײַיִקן קלויסטער האָט שוין באַצאָלט דעם חשבון. סענודיאָגלו זאָגט, אַז ער טרעפֿט זיך אָפֿט אויף קאַווע מיטן גלח און מיט אַן אָרטיקן אימאַם.
סענודיאָגלו געדענקט, ווען די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אָרטיקער עקאָנאָמיע, פֿאַרקויפֿט סחורה און קליידער. די הצלחה פֿון די ייִדישע געשעפֿטן האָט פֿון צײַט צו צײַט אַרויסגערופֿן קינאה בײַ די נישט־ייִדישע הענדלער אין די שכנותדיקע שטעטלעך, און צוליב דעם האָבן זיי אַ מאָל בכּיוון באַשטימט די מאַרקטעג פֿרײַטיק און שבת, וויסנדיק, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען פֿאַרקויפֿן זייער סחורה אין יענע טעג.
„דאָס איז אָבער נישט געווען צוליב אַנטיסעמיטיזם,‟ האָט סענודיאָגלו באַטאָנט. „סתּם געשעפֿטן.‟
ווען מיר האָבן גערעדט וועגן דעם קאָנפֿליקט אין סיריע, האָט סענודיאָגלו נישט אויסגעזען באַזאָרגט. אים איז געווען וויכטיקער, צי ער וועט קענען געפֿינען 10 מענער פֿאַר אַ מנין אויף שבת, און ער האָט געהאַלטן אין איין קלינגען מענטשן אויף זײַן אַלטער „נאָקיאַ‟־מאָבילקע. צוליב דעם וואָס בלויז אַכט מענער זענען פֿאַרבליבן אין אַנטאַקיע, דאַרף ער אָפֿט קאָאָרידינירן מיט דער קהילה אין איסטאַמבול. הרבֿ מאַרדאָ רזון קומט אָפֿט מאָל צו פֿליִען פֿון איסטאַמבול, כּדי אָנצופֿירן מיטן דאַווענען.
נישט געקוקט אויף זײַן ענערגיע און אָפּטימיזם, זעט סענודיאָגלו אָבער נישט קיין צוקונפֿט פֿאַר דער קהילה. זײַן אייגענער זון וווינט אין איסטאַמבול, און ביידע טעכטער האָבן עולה געווען קיין ישׂראל.
„וואָס קען איך טאָן?‟ האָט ער געזאָגט. „זיי האָבן רעכט אַליין אויסצוקלײַבן, וווּ זיי ווילן וווינען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.