בלויז 17 ייִדן פֿאַרבליבן אין קהילה פֿון אַנטאַקיע, טערקײַ

Only 17 Left in Jewish Community of Antakya, Turkey

שאול סענודיאָגלו (לינקס) פֿירט אָן מיט דער 2,300־יאָריקער קהילה שוין 13 יאָר
Michael Kaplan
שאול סענודיאָגלו (לינקס) פֿירט אָן מיט דער 2,300־יאָריקער קהילה שוין 13 יאָר

פֿון מײַקל קאַפּלאַן (Forward)

Published October 30, 2014, issue of November 21, 2014.

שאול סענודיאָגלו געדענקט די צײַטן, ווען די שיל איז געווען פֿול, און ווען די מוסולמענער און קריסטן פֿון דער דאָזיקער טערקישער שטאָט האָבן מיטגעטאַנצט מיט די ייִדן אויף זייערע חתונות און אַנדערע שׂימחות.

„כ׳האָב מורא, אַז אין אַ 15־20 יאָר אַרום וועלן מענטשן אין אַנטאַקיע אַפֿילו נישט וויסן, אַז עס פֿלעגן דאָ וווינען ייִדן,‟ האָט סענודיאָגלו געזיפֿצט.

אַנטאַקיע געפֿינט זיך בלויז 20 מײַל פֿון דער סירישער גרענעץ, אין די פֿרוכפּערדיקע בערג פֿון דער טערקישער פּראָווינץ כאַטיי. די שטאָט פֿון מער ווי 200,000 נפֿשות איז תּמיד באַקאַנט געווען פֿאַר איר נאַטירלעכער שיינקייט און פֿרישע פֿרוכטן.

זינט דעם אָנהייב פֿונעם סירישן בירגערקריג, זענען אָבער אַהער אַנטלאָפֿן בערך 30,000 סירישע פּליטים, איז די שטאָט איצט באַצייכנט ווי אַ צענטער פֿון די סירישע אויפֿשטענדלער, און אַ פּאָפּולערער איבערגאַנג־פּונקט פֿאַר די אויסלענדישע „דזשיהאַדיס‟, וועלכע קומען קעמפֿן אין סיריע.

די ייִדישע קהילה אין אַנטאַקיע איז איינע פֿון די עלטסטע אין דער וועלט: כּמעט 2,300 יאָר אַלט. אין די ערשטע יאָרן האָט די שטאָט געהייסן אַנטיוך.

די איינציקע שיל אין אַנטאַקיע
Michael Kaplan
די איינציקע שיל אין אַנטאַקיע

איך האָב באַזוכט די שטאָט אין דער לעצטער וואָך סעפּטעמבער, כּדי אויסצוגעפֿינען צי דער אײַנפֿלוס פֿון פּליטים האָט טאַקע געווירקט אויף דער ייִדישער קהילה, און צי סענודיאָגלו, וועלכער פֿירט שוין 13 יאָר לאַנג אָן מיט דער קהילה, זאָרגט זיך וועגן דער זיכערהייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. אינעם טאָג וואָס איך בין אָנגעקומען, האָבן זיך אָנגעהויבן די לופֿט־אַטאַקן פֿון דער אַמעריקאַנער־אָנגעפֿירטער קאָאַליציע קעגן ISIS, וואָס זייערע כּוחות האָבן זיך דעמאָלט דערנענטערט צו דער טערקישער גרענעץ.

די אויסגעליידיקטע קהילה איז אָבער נישט קיין רעזולטאַט פֿון דער איצטיקער מלחמה. ייִדן האָבן אָנגעהויבן זיך אַרויסציִען אין די 1970ער יאָרן, ווען די בלוטיקע פּאָליטישע אומרוען האָבן פֿאַרכאַפּט טערקײַ און געשאַפֿן אַ פֿאַרסמטע סבֿיבֿה פֿאַר די מינאָריטעטן אין לאַנד.

טויזנטער ייִדן זענען דעמאָלט אַנטלאָפֿן פֿון גאַנץ טערקײַ אין עקאָנאָמישן און קולטורעלן צענטער פֿון לאַנד — איסטאַמבול, אָדער פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד אין גאַנצן. פֿאַר דער קהילה אין אַנטאַקיע איז דאָס געווען אַ גרויסער קלאַפּ. פֿון די עטלעכע הונדערט ייִדישע אײַנוווינער מיט פֿערציק יאָר צוריק, זענען הײַנט פֿאַבליבן בלויז 17; דער ייִנגסטער — בערך 60 יאָר אַלט. איך האָב זיך באַקענט מיטן 75־יאָריקן סענודיאָגלו בײַם טויער פֿון דער איינציקער שיל אין דער שטאָט. די שיל, וואָס שטייט דאָרט שוין בערך 250 יאָר, געפֿינט זיך אַנטקעגן אַ מעטשעט און אַ קאַטוילישן קלויסטער.