כּי מאיסלאַנד תּצא תּורה

For Out Of Iceland Shall Go Forth Torah


פֿון לייזער בורקאָ

Published October 31, 2014, issue of November 21, 2014.

ניט געקוקט אויפֿן גרויסן טומל, וואָס מע מאַכט איבער די ייִדן אומעטום, זײַנען מיר פֿאָרט אַ קליין פֿאָלק, בסך־הכּל אַ 14 מיליאָן נפֿשות. אַ מאָל קען מען זיך וווּנדערן, ווי אַזוי אַזאַ קליין פֿאָלק פֿאַלט שטענדיק אַרײַן אין אַזעלכע גרויסע צרות. ערשט באַפֿרײַט פֿון די לאַגערן, האָבן מיר זיך באַלד באַזעצט אין אונדזער געבענטשט היימלאַנד — אַרומגערינגלט מיט מיליאָנען רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער. אפֿשר וואָלט כּדאַי געווען זיך שוין אָפּלערנען, למשל, פֿון אַ פֿאָלק, וואָס איז נאָך קלענער פֿון אונדז — די איסלענדער; זיי האָבן דאָך אַ בעסער מזל.

איסלענדער זײַנען פֿאַראַן אויף דער וועלט נאָר 300,000 נפֿשות, דאָס הייסט אַן ערך אַ העלפֿט פֿון דעם, וויפֿל ייִדן עס וווינען נאָר אין ברוקלין. פֿון דעסטוועגן, פֿאַרנעמען די איסלענדער אַ גרויסע טעריטאָריע — דעם אינדזל איסלאַנד אינעם צפֿון־אַטלאַנטיק, וואָס איז פֿינף מאָל גרעסער ווי מדינת־ישׂראל. איידער זייערע סקאַנדינאַווישע אָבֿות האָבן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אויפֿן אינדזל אין 9טן י”ה, האָבן דאָרט געוווינט בלויז עטלעכע אירלענדישע מאָנאַכן, וואָס האָבן געפּראַוועט התבודדות. אַזוי איז איסלאַנד געוואָרן איינס פֿון די געציילטע לענדער, וואָס מע האָט קאָלאָניזירט אָן דעם, אַז די אַרײַנדרינגער זאָלן געהאַט אַרויסגעשטופּט די אָרטיקע באַפֿעלערקונג. (כאָטש מע דאַרף צוגעבן, אַז די קאָלאָניסטן האָבן אַהין געבראַכט אַ סך שקלאַפֿן פֿון אירלאַנד, ספּעציעל פֿרויען; דעריבער זײַנען די איסלענדער ניט אַזוי הויך און בלאָנד ווי די אַנדערע סקאַנדינאַוויער.)

ווי אַ פֿאָלק וואָס וווינט אויף אַ ווײַטן אינדזל און האָט ניט קיין שׂונאים, האָבן די איסלענדער אויך ניט קיין אַרמיי אָדער פֿלאָט. ס׳איז דאָ זייער ווייניק פֿאַרברעכערישקייט, דער לעבנס־סטאַנדאַרד איז פֿון די העכסטע אויף דער וועלט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איסלאַנד האָט שווער געליטן פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אין 2008. די לופֿט און די לאַנדשאַפֿט זײַנען ריין און שיין, ווײַל מע שעפּט די ענערגיע פֿון נאַטירלעכע געאָטערמישע קוואַלן.

איסלאַנד האָט אַן אַלטע דעמאָקראַטישע טראַדיציע, וואָס אירע וואָרצלען ליגן אין 10טן י׳׳ה. דער איסלאַנדישער פּאַרלאַמענט הייסט דאָס „אַלדינג‟ (טאַקע פֿונעם זעלבן שורש ווי „אַלצדינג‟) און איז אויפֿגעקומען אין יאָר 930. עטלעכע הונדערט יאָר איז דער אינדזל אַרונטערגעפֿאַלן אונטערן דענישן קעניג און נאָר אין 1918 זײַנען די איסלענדער געוואָרן אומאָפּהענגיק אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן. אָבער פֿאַקטיש האָט קיינער זיך ניט אומגעקוקט, וואָס עס טוט זיך אין ווײַטן איסלאַנד, האָבן די אײַנוווינער געקענט מאַכן שבת פֿאַר זיך.

איזאָלירט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, האָבן זיי אָפּגעהיט זייער לשון ווי אַן אויג אין קאָפּ. מע זאָגט, אַז אַן איסלענדער קען לייענען אַן איסלאַנדיש בוך פֿון 700 יאָר צוריק אָן שוועריקייטן, כּמעט ווי ער לייענט אַ צײַטונג. זיי ניצן אַפֿילו דעם אַלטפֿרענקישן אות þ, וואָס מע רופֿט אים „דאָרן‟, ווײַל אויף איסלאַנדיש הייסט דאָס וואָרט טאַקע ווי אויף ענגליש thorn, מיט אַזאַ קלאַנג th. אַז מע לייענט ענגלישע ביכער פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה, איידער מע האָט אָנגעהויבן דרוקן ביכער, זעט מען אויך דעם „דאָרן‟, אָבער ער איז הײַנט געבליבן נאָר בײַ די איסלענדער.

די איסלענדער שטעלן אונדז ייִדן אויך אין שאָטן ווי אַן עם־הספֿר. פּראָפּאָרציאָנעל מיט זייער באַפֿעלקערונג, האָבן זיי די גרעסטע צאָל ביכערקראָמען אויף דער וועלט, און זיי זעצן איבער אויף זייער שפּראַך מער ליטעראַטור ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער. אַן ערך 10% פֿון די איסלענדער שרײַבן אַליין און גיבן אַרויס ביכער; זיי טוען עס אָפֿט, כּדי אַוועקצוגעבן ווי מתּנות. אין 1955 האָט דער איסלענדישער שרײַבער האַלדאָר לאַקסנעס אַפֿילו געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.

ווי ס’רובֿ סקאַנדינאַוויער, זײַנען די איסלענדער ליבעראַל געשטימט און וועלטלעך אין זייער וועלטבאַנעם. אַ „גאַלופּ‟־אויספֿרעג פֿון 2012 האָט באַוויזן, אַז גאַנצע 31% האַלטן זיך פֿאַר ניט־רעליגיעז, און 10% זײַנען בפֿירושע אַטעיִסטן — גאָר אַ הויכע מדרגה פֿון אַפּיקורסות. 73% זאָגן, אַז זיי זײַנען צופֿרידן מיטן לעבן, וואָס איז אַ סך מער ווי אין אַמעריקע, למשל, וווּ ס׳איז אַ דריטל, אָדער אין די אַראַבישע לענדער, וווּ ס׳איז נאָר אַ פֿינפֿטל.

עס קען זיך דאַכטן, אַז איסלאַנד איז אַ גן־עדן, ס’איז אונדז נאָר אַ שאָד וואָס די איסלענדער האָבן דעם אינדזל אויסגעכאַפּט. ווען הערצל וואָלט געהאַט דעם שׂכל פֿאָרויסצוזען דאָס אומגליק, וואָלט ער אפֿשר געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיטן דענישן קעניג און געמאַכט פֿאַר אונדז אַ גוט געשעפֿט, נאָר פֿאַרפֿאַלן… מיר קענען זיך טרייסטן, אַז ווען מיר ייִדן וואָלטן דאָרט געוווינט, וואָלט זיכער געווען קעגנאיבער אונדז, אין גרינלאַנד, אַ גרויסע נאַצישע מלוכה אָדער, איסלאַמיסטן, אָדער אַן אַנדער סאָרט שׂונאי־ישׂראל.

און אפֿשר איז פֿאָרט כּדאַי צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען? ווי געזאָגט, די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון איסלאַנד קען אַרײַן אין אַ ווינקל פֿון ברוקלין, און דער שטח פֿונעם אינדזל איז פֿינף מאָל גרעסער ווי מדינת־ישׂראל. אַ סך פֿון דער טעריטאָריע איז אַ מידבר, וווּ עס וואַקסט ניט גאָרניט — אָבער דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן אונדזער ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש.

דער ערשטער ייִד, וואָס איז געקומען קיין איסלאַנד, אין 1625, איז געווען דער משומד דניאל סאַלאָמאָן, אַ סוחר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן זיך דאָרט באַזעצט עטלעכע הונדערט ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע, אויך ייִדישע סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געקומען מיט די ענגלישע און אַמעריקאַנער אַרמייען. הײַנט וווינען דאָרט נאָר אַ 50־100 ייִדן, אָבער צווישן זיי איז פֿאַראַן איין גאָר וויכטיקע פּערזענלעכקייט.

אין 2003 האָט דער נאָך אַמטירנדיקער איסלאַנדישער פּרעזידענט, אָלאַפֿור ראַגנאַר גרימסאָן (ער איז בײַ דער מאַכט זינט 1996 — שוין כּמעט 20 יאָר!), חתונה געהאַט מיט דורית מוסאיוף, אַ געבוירענע אין ישׂראל, וואָס האָט לאַנג געוווינט אין ענגלאַנד. אַזוי איז אַ ייִדישע טאָכטער פֿון אַ רײַכער בוכאַרישער משפּחה געוואָרן די „ערשטע דאַמע‟ פֿון איסלאַנד, אַ נײַע אסתּר המלכּה. אין 2006 איז אַפֿילו פֿאָרגעקומען אַ דיפּלאָמאַטישער אינצידענט אויפֿן בן־גוריון־פֿליפֿעלד, ווען דער ישׂראלדיקער גרענעץ־קאָנטראָל האָט געפֿאָדערט, אַז די איסלענדישע ערשטע דאַמע זאָל כּסדר טראָגן מיט זיך אַן ישׂראלדיקן פּאַס, כּל־זמן זי געפֿינט זיך אין לאַנד.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אונדזערע ייִדן וועלן האָבן טענות: אוי, ס׳איז מיר קאַלט; אוי, דער אַרקטישער ווינט נעמט דורך די ביינער. זאָלט איר וויסן זײַן, אַז אַ דאַנק דעם „דזשעט־שטראָם‟ (Jet Stream) איז די טעמפּעראַטור ניט אַזוי געפֿערלעך, און צוליב דער גלאָבאַלער אָנוואַרעמונג קענען מיר אַרויסקוקן אויף אַ סך שיינע זומערן. עס וווינען דאָרט אַפֿילו ניט קיין אײַזבערן, נאָר פֿוקסן — כאָטש איין מאָל אין אַ נאָווענע קומט אַ בער צו שווימען אויף אַן אײַזבאַרג פֿון גרינלאַנד.

צום באַדויערן, קען דער שרײַבער פֿון די שורות נאָך ניט רעקאָמענדירן דעם פּלאַן פֿון פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, ווײַל אין גאַנצן האָב איך פֿאַרבראַכט אפֿשר פֿיר שעה אין איסלאַנד — אויפֿן פֿליפֿעלד, וווּ די אַרומיקע לאַנדשאַפֿט זעט אויס ווי די לבֿנה. נאָר אַפֿילו די לבֿנה איז ניט שלעכט, אין פֿאַרגלײַך מיט איראַק, און סיריע און נאָך אַזעלכע שכנים פֿון דער ייִדישער מדינה. קען די לבֿנה אפֿשר זײַן אונדזער „פּלאַן ב‟.