אַלבערט אײַנשטיין, דער באַקאַנטער פֿיזיקער, וואָס איז געווען אַזוי קלוג, אַז זײַן נאָמען אַליין באַטייט הײַנט גאונות, האָט אַמאָל געזאָגט: „בלויז צוויי זאַכן זענען אומענדיק - דער אוניווערס און דאָס טיפּשות פֿון מענטשן; און נאָר אין דעם אוניווערס בין איך ניט זיכער‟. אַנדערש געזאָגט: יעדער איינער פֿון אונדז, פֿירט זיך צומאָל אויף אַ טעמפּן אופֿן. דער אונטערשייד באַשטייט נאָר אין דעם, ווי אָפֿט מע פֿירט זיך נאַריש און דער ניוואָ פֿון נאַרישקייט, וואָס מע דערגרייכט.
געוויסע מענטשן זענען, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, באמת אידיאָטן. וועגן זיי וויל איך ניט צו פֿיל שרײַבן, ווײַל זיי זענען מיר ניט אינטערעסאַנט - אַז אַן אידיאָט זאָל זאָגן עפּעס אידיאָטישס, איז דאָך קיין שום חידוש ניט. אַ סך מער אינטערעסאַנט, זענען די נאַרישע זאַכן, וואָס עס זאָגן מענטשן, דווקא ניט קיין נאַראָנים, און די סיבות, פֿאַר וואָס קלוגע מענטשן ברענגען אַרויס אַזעלכע תּמעוואַטע זאַכן.
בײַ אונדז אַמעריקאַנער, זעט אויס, זענען די הויפּט־טעמעס, וואָס ברענגען צו נאַרישע רייד פֿאַרבונדן מיט וויסנשאַפֿט, מיטן לעבן מחוץ אַמעריקע, פֿרעמדע קולטורן, און דער געשיכטע.
וואָס שייך וויסנשאַפֿט, הער איך שטענדיק פֿראַגעס און טענות, וואָס ווײַזן אָן, אַז דער בעל־שאלה האָט בכלל ניט קיין פֿאַרשטאַנד פֿון וויסנשאַפֿט. איך בין אַ מאָל געווען אויף אַ יאַריד, וווּ אַ פֿרוי האָט זיך באַקלאָגט, אַז אַן אַלטער ראַדיאָ פֿון די 1930ער יאָרן שפּילט נאָר די הײַנצײַטיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, און ניט די פֿון די 1930ער יאָרן!
וואָס שײך דעם, אַז אַ סך אַמעריקאַנער האָבן קנאַפּע ידיעות וועגן דעם לעבן מחוץ אַמעריקע, בין איך לעצטנס געווען אין אַ באַר, וווּ איך האָב צופֿעליק אונטערגעהערט, ווי אַ מאַן דערקלערט, אַז ער קומט פֿון סענעגאַל, און אַז סענעגאַל איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַפֿריקע. האָט די פֿרוי, מיט וועמען ער האָט גערעדט, אים דערנאָך געפֿרעגט, צי ס׳זענען דאָ בײַ אים אין סענעגאַל אויטאָס און וועגן? ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ סך מענטשן גלייבן טאַקע, אַז מחוץ אַמעריקע איז די גאַנצע וועלט עפּעס אַ פֿאַרלוירענער תּוהו־ובֿוהו, וואָס האָט זיך אויפֿגעהערט צו אַנטוויקלען מיט 150 יאָר צוריק.
נאָך דער וויסנשאַפֿט און דעם לעבן אין אויסלאַנד איז די הויפּט־טעמע פֿון מיספֿאַרשטייענישן בײַ די אַמעריקאַנער, מסתּמא, די געשיכטע. ס׳רובֿ מענטשן האָבן פּשוט זייער ווייניק פֿאַרשטאַנד פֿון דער געשיכטע בכלל און דעם סדר, אין וועלכן געוויסע געשעענישן זענען פֿאָרגעקומען, בפֿרט. אַזוי אַרום הערט מען, למשל, ווי מע פֿאַרפּלאָנטערט די ערשטע און די צווייטע וועלט־מלחמות אָדער מע מיינט, אַז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן און אַבֿרהם לינקאָלן זענען געווען גוטע פֿרײַנד.
צוליב דעם דוחק אין וויסן וועגן די אויבנדערמאָנטע טעמעס, ווי אויך צוליב די אַלע ריינע משוגעתן, וואָס מע דרוקט וועגן ייִדיש, אַפֿילו אין גאָר ערנסטע אויסגאַבעס, ווי די „ניו־יאָרק טײַמס‟, וועט עס מסתּמא בײַ קיינעם ניט זײַן קיין חידוש, אַז מע שטעלט מיך כּסדר כּלערליי נאַרישע פֿראַגעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך. די עיקר־טראַגעדיע פֿון דעם, איז אָבער ניט די פֿראַגעס, נאָר דער פֿאַקט, אַז די פֿרעגערס זענען כּמעט אויסשליסלעך ייִדן.
מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ יונגן־מאַן, וואָס לערנט זיך קיין עין־הרע אין זייער אַ חשובֿן אוניווערסיטעט. נאָך דעם, וואָס עמעצער האָט מיך פֿאַר אים פֿאָרגעשטעלט ווי אַ „ייִדיש־מבֿין‟, האָט ער מיך גלײַך געפֿרעגט, פֿאַר וואָס געפֿינען זיך בעלנים צו לערנען זיך ייִדיש? איך האָב אים אָנגעהויבן דערציילן, אַז אויב מע קען ניט קיין ייִדיש, קען מען ניט פֿאַרשטיין די ייִדישע קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּע און צום טייל, אויך ניט די ייִדישע קולטור פֿון אַמעריקע. האָט ער מיך איבערגעריסן, אַ געפּלעפֿטער, זאָגנדיק „אָבער די שפּראַך איז דאָך בלויז 75 יאָר אַלט!‟
„וואָס הייסט?‟ האָב איך געזאָגט. „ייִדיש רעדט מען שוין 800 יאָר, אויב ניט שוין אַ גאַנצן יאָר־טויזנט!‟
„ניין,‟ האָט ער זיך פֿאַרעקשנט, „מע ווייסט דאָך, אַז די שפּראַך האָט נאָר אָנגעהויבן עקזיסטירן צוליב דעם, וואָס די ייִדן פֿון איבער גאַנץ אייראָפּע האָבן די נאַציס צונויפֿגעטריבן אין די לאַגערן, און זיי האָבן געמוזט דאָרט קאָמוניקירן‟. נאָך דער דאָזיקער „דערקלערונג‟ בין איך געווען צו געפּלעפֿט אים צו ענטפֿערן. מײַן חבֿר, וואָס האָט מיך מיט דעם פּאַרשוין באַקאַנט, האָט מיך שפּעטער געגעבן צו וויסן, אַז דער זעלבער יונגער־מאַן האָט זיך געלערנט מיט אים 12 יאָר אין אַ ייִדישער טאָגשול.
אַן אַנדער, נאָך מער סוררעאַליסטישע פֿראַגע, האָט מיר געשטעלט אַ מיידל פֿון 15 אָדער 16 יאָר, בעת איך האָב אָנגעפֿירט מיט אַ טור איבערן „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט. ווען איך האָב גערעדט וועגן דער טעמע „ייִדיש אויף דער אינטערנעץ‟, האָט זי געוואָלט וויסן: „קען מען זיך באַנוצן מיט אַ טעלעפֿאָן אויף ייִדיש?‟ איך האָב איר דערקלערט, אַז מע קען אינסטאַלירן ייִדיש אויפֿן טעלעפֿאָן, כּדי צו באַקומען די אינסטרוקציעס אויף ייִדיש, און אַז געוויסע פּראָגראַמען פֿאַרן טעלעפֿאָן, אַרײַנגערעכנט געוויסע GPS־סיסטעמען, פֿירן זיך אויף ייִדיש. „ניין‟, האָט זי געזאָגט, „איך מיין טאַקע רעדן. אַז איינער רעדט אויף ייִדיש דורכן טעלעפֿאָן, קען דען אַ צווייטער אים הערן?‟
איך ווייס ניט, ווי אַזוי איך האָב ניט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער, אָבער איך האָב איר גאַנץ איידל דערקלערט, אַז מע קען הערן יעדע גערעדטע שפּראַך דורך אַ טעלעפֿאָן, פּונקט אַזוי ווי מע קען הערן, אַז עמעצער לאַכט אָדער וויינט. אין דעם פֿאַל איז מיר קלאָר געווען, אַז עס האַנדלט זיך ניט אין קיין מיספֿאַרשטייעניש וועגן ייִדיש, נאָר גאָר וועגן די גרונט־פּרינציפּן פֿון די קלאַנג־כוואַליעס און די מאָדערנע טעלעקאָמוניקאַציע. מערקעוודיק איז אָבער יאָ געווען דער פֿאַקט, וואָס זי האָט געטראַכט, אַז דווקא ייִדיש און ניט, לאָמיר זאָגן, פֿראַנצייזיש, וואָלט מען אשפֿר ניט געקענט הערן דורכן טעלעפֿאָן.
די סאַמע מאָדנע פֿראַגע, וואָס איך הער זייער אָפֿט, און דווקא פֿון אינטעליגענטע מענטשן, איז „צי האָט ייִדיש ווערטער פֿאַר: ____‟. צווישן די פֿאַרשידענע זאַכן, וואָס מענטשן האָבן געמיינט, אַז ייִדיש האָט אפֿשר ניט געהאַט קיין וואָרט פֿאַרן באַגריף זענען „ליכט‟, „גליק‟, „ווערטער פֿאַר סעקסועלער באַציִונגען‟ און „דער מענערלעכער אבֿר‟. לויט זייער מיינונג, האָבן אונדזערע אָבֿות אין דער אַלטער היים, אַ פּנים, קיין מאָל נעבעך ניט „געמאַכט די מיצווה‟; און אויב יאָ, זענען די מענער קיין מאָל ניט געווען „גליקלעך,‟ ווײַל בלויז פֿרויען האָבן געקענט האָבן סעקס, מחמת קיין „פּעניסן‟ זענען אין שטעטל ניט געווען; שוין אָפּגערעדט, אַז דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין דער פֿולער פֿינצטער, ווײַל קיין „ליכט‟ איז אויך, ניט געווען.
פֿאַראַכטאָגן האָט זייער אַ באַקאַנטע און דווקא אינטעליגענטע פֿרוי, פֿון וועמען איך האַלט גאַנץ שטאַרק, „דערקלערט‟ אויף „טוויטער‟, אַז אויף ייִדיש זענען ניט פֿאַראַן קיין שום ווערטער אויף וואָפֿנס אָדער מלחמות. ווען איך האָב איר, דורך „טוויטער‟, פּרובירט צו דערקלערן, אַז ייִדיש האָט יאָ ווערטער אויף געווער, האָט זי מיר געזאָגט, אַז איך בין ניט גערעכט, ווײַל יצחק באַשעוויס־זינגער האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ייִדיש האָט ניט אַזעלכע ווערטער.
האָב איך איר געענטפֿערט, אין גאַנצן פֿאַרחידושט, אַז איך אַרבעט אין אַ ייִדישער צײַטונג און מיר שרײַבן, לײַדער, גאַנץ אָפֿט וועגן טראַגישע נײַעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט באָמבעס און מלחמות און שיסערײַען. אויף דעם האָט זי געענטפֿערט, אַז די ווערטער, וואָס מיר נוצן צו באַשרײַבן געווער, זענען אפֿשר „נײַע דערפֿינדונגען‟, ווײַל אַזוי האָט דער באַקאַנטער שרײַבער פּראָקלאַמירט, און ער האָט דאָך געשריבן אויף ייִדיש.
האָב איך איר דערקלערט, אַז באַשעוויס־זינגער האָט גערעדט אין אַ מעטאַפֿאָרישן זין און, אַפֿילו, אַז ס׳זענען ניט געווען קיין ייִדישע אַרמייען, האָבן דאָך די ייִדן געזען ביקסן, שווערדן, מעסערס און זיך אַ מאָל באַנוצט מיט זיי. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען מע האָט די ייִדן אויסגעהרגעט בעת די קרייצצוגן מיט שווערדן, האָט מען געהאַט אַ וואָרט אויף דעם באַגריף און אין די צײַטן פֿון כמעלניצקי, ווען מע האָט דערשאָסן ייִדן צום טויט, האָט מען ניט געזאָגט, אַז זיי זענען אומגעקומען פֿון „מאַגישע דונער־שטעקנס‟.
כּדי צו מיינען, אַז די ייִדן פֿאַרן 20סטן יאָר־הונדערט האָבן באמת ניט געהאַט קיין ווערטער אויף ביקסן, שוין אָפּגערעדט פֿון שווערדן אָדער מעסערס, וואָלט מען געדאַרפֿט גלייבן, אַז זיי האָבן געוווינט אין עפּעס אַ פֿאַנטאַסטיש אָרט, אָפּגעזונדערט פֿון דער גאַנצער מענטשהייט. געוויסע מענטשן, דווקא אינטעליגענטע און דערצויגענע מיינען אַזוי, ווײַל זיי האָבן ניט קיין שום פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער געשיכטע און זענען אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער ייִדישער קולטור.
איך וואָלט געקענט שרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט וועגן דעם, וואָס אַזעלכע אומפֿאַרשטייענישן קענען אונדז לערנען וועגן דעם עם־הארצות פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס שייך זייער אייגענער קולטור און געשיכטע. אָבער בעסער זיך דאָ אָפּצושטעלן און זאָגן, ווי אײַנשטיין האָט עס דערקלערט: „די טיפּשות פֿון מענטשן איז אָן אַ סוף.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.