וואַשינגטאָן. — צי איז מעגלעך, אַז די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע גרייט שוין צו אַ נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, וואָס וועט דערמעגלעכן ביידע צדדים צו דערקלערן אַ נצחון?
די הויך־ראַנגיקע אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלערין, ווענדי שערמאַן, האָט אין אַ פּרטימדיקער, און אַפֿילו אָפּטימיסטישער רעדע דעם 23סטן אָקטאָבער, געגעבן אָנצוהערן, אַז מע האָט שוין טאַקע געדעקט אַלע אַספּעקטן פֿון אַן אָפּמאַך. איצט וואַרט מען בלויז, אַז איראַן זאָל עס אָפֿיציעל באַשטעטיקן ביזן טערמין פֿונעם 24סטן נאָוועמבער.
„איך קען בלויז זאָגן, אַז אַלע עלעמענטן פֿונעם פּלאַן קאָנען איצט צופֿרידנשטעלן ביידע צדדים,‟ האָט שערמאַן באַטאָנט בעת אַ סימפּאָזיום וועגן די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אינעם „צענטער פֿון סטראַטעגישע און אינטערנאַציאָנאַלע שטודיעס‟.
„מיר האָבן לעצטנס געמאַכט אַ סך פּראָגרעס וואָס שייך יענע ענינים, וועלכע האָבן לכתּחילה אויסגעזען ווי אוממעגלעך צו געפֿינען אַ קאָמפּראָמיס. זינט דעמאָלט האָבן מיר אויפֿגעקלערט געוויסע מיספֿאַרשטענדענישן, און דורכגעפֿירט אָן אַ שיעור דיסקוסיעס וועגן יעדן פּונקט אינעם טעקסט פֿונעם אָפּמאַך,‟ האָט זי צוגעגעבן.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די אַנדערע פֿינף פֿירנדיקע לענדער, וואָס באַטייליקן זיך אין די פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן שוין פֿעסטגעשטעלט, אַז דער אָפּמאַך באַשטייט פֿון שטרענגע אינספּעקציעס; דעאַקטיווירן אַ פּלוטאָניום־רעאַקטאָר, וואָס געפֿינט זיך אין דער נוקלעאַרער אײַנריכטונג „אַראַק‟, און אַ ממשותדיקע רעדוקציע פֿון איראַנס פֿעיִקייט צו באַרײַכערן אוראַניום. שערמאַן האָט באַצייכנט די דאָזיקע פֿעיִקייט ווי דער שווערסטער פּונקט פֿון „די זייער פּרטימדיקע, שווערע פֿאַרהאַנדלונגען‟.
אַלירעזאַ ניידער, אַן איראַנישער אַנאַליסט בײַ דער „ראַנד־קאָרפּאָראַציע‟, אַן עקספּערטן־קאָמיסיע וואָס גיט עצות דעם „פּענטאַגאָן‟ — האָט דערקלערט, אַז שערמאַן רעדט וועגן אַ געוויסער „רויטער ליניע‟, וואָס דער איראַנער גײַסטיקער פֿירער, אַיאַטאָלאַ כאַמייני, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אַרויסגעשטעלט, זאָגנדיק, אַז איראַן וועט בשום־אופֿן נישט דעאַקטיווירן קיין איינע פֿון די 19,000 צענטריפֿוגעס, וואָס באַרײַכערן אוראַניום. צווישן די צענטריפֿוגעס, פֿונקציאָנירן מסתּמא שוין מער ווי 9,000 פֿון זיי, האַלטן די עקספּערטן.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן וויל, אַז עס זאָלן נישט פֿונקציאָנירן מער ווי 4,500 צענטריפֿוגעס, ווײַל בלויז דעמאָלט וועט איראַן נישט מסוגל זײַן צו אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער
מאַרק דובאָוויץ, דער דירעקטאָר פֿון דער עקספּערטן־קאָמיסיע „פֿונדאַציע צו באַשיצן די דעמאָקראַטישע לענדער‟, וועלכער האָט געהאָלפֿן דעם קאָנגרעס צונויפֿשטעלן די סאַנקציעס קעגן איראַן, זאָגט, אַז אויב מ׳איז שעפֿעריש מיט די פֿאַרהאַנדלונגען, קען מען געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי ביידע צדדים זאָלן קאָנען דערקלערן אַ נצחון וועגן דעם צענטריפֿוגע־ענין.
למשל, מע קען אַרויסנעמען די רערן, וואָס פֿאַרבינדן ס׳רובֿ פֿון די צענטריפֿוגעס, און פֿאַרזיכערן, אַז עס זאָל בלײַבן אונטערן אויפֿזיכט פֿון די אינספּעקטאָרן. לויט אַזאַ פּלאַן, קאָנען די איראַנער דערקלערן, אַז אַלע צענטריפֿוגעס זענען טאַקע פֿאַרבליבן אויפֿן אָרט, בשעת די פֿירנדיקע לענדער קאָנען זאָגן, אַז בלויז אַ באַגרענעצטע צאָל פֿון די צענטריפֿוגעס אָפּערירן טאַקע. איראַן וועט אָבער נאָך אַלץ האָבן די מעגלעכקייט צו פֿאַרבײַטן יענע רערן.
„מיר דאַכט זיך, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ וויל שטאַרק דערגרייכן אַן אָפּמאַך, און האָט אַליין פֿאָרגעלייגט עטלעכע שאַפֿערישע ׳דריידעלעך׳, וואָס קאָנען צופֿרידנשטעלן די ׳רויטע ליניעס׳ פֿונעם אַיאַטאָלאַ,‟ האָט דובאָוויץ געזאָגט.
נאָך אַן אינטערעסאַנטע אַנטוויקלונג אין די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, איז וואָס ישׂראל און זײַנע אַמעריקאַנער פֿאַרטיידיקער האָבן לעצטנס זיך צוריקגעצויגן פֿון זייער פֿריִערדיקער פֿאָדערונג, אַז מע טאָר נישט דערלויבן איראַן קיין שום מעגלעכקייט צו באַרײַכערן אוראַניום.
אין אַ מיינונג־אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דעם 19טן אָקטאָבער, למשל, האָט יובֿל שטײַניץ, דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־מיניסטער, וועלכער האָט ביז לעצטנס זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט אַן אָפּמאַך מיט איראַן, געשריבן, אַז אויב עס וועט טאַקע דורכגעפֿירט ווערן אַן אָפּמאַך, זאָל ער קלאָר אָנווײַזן „די קוואַנטיטעט און קוואַליטעט פֿון די פֿאַרבליבענע פֿונקציאָנירנדיקע צענטריפֿוגעס אין איראַן‟.
„אייפּעק‟ האָט אויך לעצטנס אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן, אַז איראַן זאָל אָפּשטעלן די גאַנצע באַרײַכערונג־אָפּעראַציע.
די האַרט־ליניקע שטעלונג פֿון ישׂראל האָט אָבער נישט געשאַט, האָט דובאָוויץ דערקלערט. „ס׳איז ניצלעך פֿאַר דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע ווען די ישׂראלים רעדן שטרענג, ווײַל דעמאָלט קאָן זי טענהן צו איראַן, אַז די באַרײַכערונג מוז בלײַבן אויף אַ קליינעם פֿאַרנעם.‟
אַ הויכער באַאַמטער אינעם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד — איינס פֿון די פֿירנדיקע לענדער אין די פֿאַרהאַנדלונגען — האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז דער אָפּמאַך „וועט מסתּמא דערלויבן מער צענטריפֿוגעס און באַרײַכערונג אין איראַן וויפֿל ישׂראל וואָלט געוואָלט.‟
טאָביאַס טונקל, אַ הויכער באַאַמטער אינעם אָפּטייל פֿון ישׂראל־ענינים בײַם דײַטשישן אויסערן־מיניסטעריום, האָט אָבער געזאָגט, אַז די הויפּט־לענדער „וועלן טאָן אַלץ מעגלעך צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלץ בלײַבט אונטער אַ שטרענגן אויפֿזיכט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.