די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין אוקראַיִנע האָבן געוויזן, אַז די טענות מצד דער רוסישער רעגירונג, אַז די אַנומלטיקע פּראָ־מערבֿדיקע רעוואָלוציע איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטיזם, זענען אומבאַרעכטיקט. אַדרבה, די פֿאַשיסטישע און נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונען האָבן געליטן אַ גרויסע מפּלה.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „סוואָבאָדאַ‟ („פֿרײַהייט‟), באַקומען מער ווי 10 פּראָצענט פֿון די שטימען. הײַנט האָט זי אַפֿילו נישט געוווּנען די מינימאַלע 5 פּראָצענט, און דערפֿאַר נישט געקאָנט אַרײַנקומען אינעם פּאַרלאַמענט. פֿריִער האָט מען געטראַכט, אַז אָלעג ליאַשקאָס נײַע „ראַדיקאַלע פּאַרטיי‟ וועט ווערן דער צווייט־גרעסטער פּאָליטישער כּוח אינעם לאַנד. למעשׂה, האָט זי פֿאַרנומען בלויז דאָס פֿינפֿטע אָרט, ווײַל ווייניקער ווי 8 פּראָצענט וויילער האָט פֿאַר איר אָפּגעשטימט.
44 פּראָצענט פּאַרלאַמענט־ערטער האָבן פֿאַרנומען די מעסיקע פּראָ־מערבֿדיקע פּאַרטייען, בראָש מיטן צײַטווײַליקן פּרעמיער־מיניסטער, אַרסעני יאַצעניוק, און דעם פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ. סעם קליגער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿאַר רוסישע קהילה־ענינים בײַם „דזשוינט‟, האָט באַמערקט, אַז צום ערשטן מאָל, אויף וויפֿל ער געדענקט, האָט קיין פּאַרטיי נישט דערמאָנט קיין אַנטיסעמיטישע מאָטיוון בעת דער וואַלן־קאַמפּאַניע. פֿאַרקערט, די פּאָפּולערסטע פּאָליטישע באַוועגונגען באַציִען זיך דווקא גוט צו ייִדן.
בעת דער רעוואָלוציע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין פֿעברואַר, און אין די ערשטער חדשים נאָכן איבערקערעניש, זענען אין אוקראַיִנע אויסגעבראָכן אַ צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, אַרײַנגערעכנט פֿיזישע אָנפֿאַלן אויף דער גאַס, ווי אויך וואַנדאַליזם און אונטערצינדונגען פֿון די שילן. דער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד, וולאַדימיר פּוטין, און די רוסלענדישע מלוכישע טעלעוויזיע, האָבן כּסדר פֿאַרדאַמט די נײַע אוקראַיִנישע רעגירונג ווי אַ „נעאָ־נאַציסטישע, פֿאַשיסטישע און אַנטיסעמיטישע‟.
די ייִדישע כּלל־טוער אין אוקראַיִנע באַטאָנען אָבער, אַז די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן האָבן נישט געהאַט קיין שײַכות צו דער רעוואָלוציע, וועלכע האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט פֿאַשיזם אָדער אַנטיסעמיטיזם. יוסף זיסעלס, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קהילות אין אוקראַיִנע‟, האָט דעם 28סטן אָקטאָבער געמאָלדן אין אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו, אַז די באַשולדיקונגען מצד רוסלאַנד זענען „דורך און דורך אַ שקר‟. פֿאַרקערט, אַ צאָל אָרטיקע ייִדישע טוער מיינען, אַז אין די אַנטיסעמיטישע מעשׂים זענען שולדיק די פּראָ־רוסישע פּראָוואָקאַטאָרן.
אַנטאָן שעכאָווצאָוו, אַ מומחה אין די הײַנטצײַטיקע פֿאַשיסטישע באַוועגונגען, האָט באַמערקט, אַז די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע עקסטרעם־רעכטע פּאַרטייען, האָבן נישט קיין פּרעטענזיעס צו די מינאָריטעטן אָדער אימיגראַנטן; זייער הויפּט־שׂונא איז רוסלאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָט וויאַטשעסלאַוו ליכאַטשעוו, אַן עקספּערט וועגן אַנטיסעמיטיזם בײַם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, דערקלערט, אַז בלויז 13 פּאָליטיקער אינעם נײַעם אוקראַיִנישן פּאַרלעמענט זענען טאַקע אָנהענגער פֿון ראַדיקאַל־רעכטע באַוועגונגען. איינער פֿון זיי איז דווקא אַ ייִד, באָריסלאַוו בערעזאַ.
פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן פֿונעם ניו־יאָרקער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ האָט באַמערקט, אַז די הײַנטיקע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען באַטראַכטן נישט די ייִדן ווי אַ שעיר־לעזאזל. די אַנטיסעמיטישע דעות ציִען הײַנט נישט צו מער וויילער. אַדרבה, צוליב דער אַקטיווער באַטייליקונג פֿון אַ סך ייִדן אין דער רעוואָלוציע, האָבן זיי געוווּנען אַ רעפּוטאַציע פֿון עכטע פּאַטריאָטן. דעם אָליראַרך איגאָר קאָלאָמויסקי האָט מען נאָך דער רעוואָלוציע אויסגעקליבן ווי דעם נײַעם גובערנאַטאָר פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק.
דער אַלגעמיינער מצבֿ אינעם לאַנד בלײַבט אָבער אומרויִק. די קאָרופּציע איז ממש אַ מגיפֿה; די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן קאָנטראָלירן אַ גרויסן טייל פֿון מיזרח־אוקראַיִנע; און די רוסלענדישע רעגירונג סטראַשעט מיט מיליטערישע און עקאָנאָמישע אַקציעס. די אוקראַיִנישע עקאָנאָמיע וואַקלט זיך און די אינפֿלאַציע האָט דערגרייכט 14 פּראָצענט.
הגם די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן קלינגען גאַנץ גוט, שטעלט זיך אַ קשיא: ווי אַזוי וועלן זיך די פּאָליטישע פּראָצעסן אין אוקראַיִננע זיך למעשׂה אויסשפּילן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.