„געבורטסטרעכט‟ פֿאַר נײַע פּאָרפֿעלקער

Birthright for Newlyweds

Thinkstock

פֿון דזשודי מאָלץ (Forward)

Published October 31, 2014, issue of November 21, 2014.

די פּראָגראַם „תּגלית‟, באַקאַנט אויף ענגליש ווי Birthright, לייגט פֿאָר אַ סך יונגע ייִדישע סטודענטן אומזיסטע נסיעות קיין ישׂראל. אויפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם, האָט מען איצט געשאַפֿן אַ נײַע אונטערנעמונג, וואָס וועט גיבן גרויסע סובסידיעס פֿאַר די יונגע ייִדישע פּאָרפֿעלקער פֿון צפֿון־אַמעריקע, וואָס ווילן פֿאַרברענגען דאָרטן זייער האָניק־חודש.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער נײַער פּראָגראַם, וואָס הייסט „האָניק־חודש ישׂראל‟, האָבן נישט לאַנג צוריק באַקומען די שטיצע פֿאַר די ערשטע צוויי נסיעות, דעם קומענדיקן פֿרילינג, אין וועלכער עס קלײַבן זיך צו באַטייליקן 20 פּאָרפֿעלקער. לויטן פּלאַן, וועלן זיי פֿאַרברענגען נײַן טעג אין ישׂראל. די יונגע־לײַט קומען פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, פֿיניקס און אַטלאַנטע.

איינער פֿון די גרינדער, מײַק ווײַס, דינט ווי דער אויספֿיר־דירעקטאָר בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין באָפֿאַלאָ, ניו־יאָרק. פֿריִער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ צאָל אַנדערע קהילה־אָרגאַניזאַציעס. זײַן דערפֿאַרונג האָט אים געבראַכט צו דעם געדאַנק צו שאַפֿן אַזאַ פּראָיעקט, וועלכן ער האָט פּרעזענטירט מיט אַ יאָר צוריק בעת אַ קאָנפֿערענץ אין ירושלים.

דער צווייטער גרינדער פֿון דער פּראָגראַם, אַבֿי רובעל, פֿירט אָן מיט דער צפֿון־אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע „מסע‟ — אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג און „סוכנות‟. ווען רובעל האָט זיך באַקענט מיט ווײַסעס פֿאָרלייג, האָט ער אים געהאָלפֿן עס צו פֿאַרווירקלעכן.

לויט די כּללים פֿון דער פּראָגראַם, וועלן אין איר קאָנען אָנטיילנעמען פּאָרפֿעלקער פֿון 25 ביז 40 יאָר, וואָס האָבן חתונה געהאַט נישט לענגער ווי 5 יאָר פֿאַר דער נסיעה. רובעל האָט דערקלערט, אַז האָמאָסעקסועלע משפּחות , ווי אויך געמישטע פּאָרפֿעלקער, קאָנען זיך אויך אָנשליסן, אויב זיי האָבן אַן אַקטיוו שײַכות צום ייִדישן קהילה־לעבן. זיי מוזן אויך נישט זײַן דווקא חתונה־געהאַטע על־פּי הלכה צי על־פּי געזעץ. די חבֿרים און חבֿרטעס מוזן אָבער ברענגען אַ ראיה, אַז זיי וווינען שוין גענוג לאַנג צוזאַמען.

יעדעס פּאָרפֿאָלק מוז צוגעבן 1,500 דאָלאַר פֿאַר דער נסיעה, וואָס איר אַלגעמיינער פּרײַז קאָסט 9,500 דאָלאַר. רובעל האָט דערקלערט, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן דווקא נישט געוואָלט פֿאָרלייגן די רײַזעס אינגאַנצן אומזיסט, כּדי צוציִען ערנסט פֿאַראינטערעסירטע מענטשן.

אין די ערשטע פֿאָרלויפֿיקע נסיעות וועלן זיך באַטייליקן פּאָרפֿעלקער פֿון געוויסע ספּעציפֿישע ראַיאָנען, און נישט פֿון איבערן גאַנצן לאַנד, ווײַל די אָרגאַניזאַציע וויל זען די קאָנקרעטע רעזולטאַטן, ווי אַזוי דער פּראָיעקט וועט זיך אָפּרופֿן אויפֿן ייִדישן לעבן אין די באַזונדערע קהילות. אויב די ערשטע עקספּערימענטן וועלן געלינגען, האָפֿט מען פֿאָרצולייגן די פּראָגראַם אין 15 ראַיאָנען פֿון צפֿון־אַמעריקע.