זעכציק יאָר נאָך דעם ווי די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט רעקרוטירט טויזנט געוועזענע נאַציס פֿאַר שפּיאָנען, וויל עמעצער אין דער רעגירונג נאָך אַלץ פֿאַרזיכערן, אַז די אינפֿאָרמאַציע וועגן יענער עפּאָכע זאָל ווײַטער בלײַבן אַ סוד.
בעת דער „ניו־יאָרק טײַמס‟־רעפּאָרטער עריק ליכטבלאַו האָט געפֿאָרשט די אַמאָליקע געהיימע אַרכיוון פֿאַר זײַן נײַ בוך וועגן די באַציִונגען צווישן דער אַמעריקאַנער רעגירונג מיט די געוועזענע נאַציס, האָט ער באַמערקט אַ מאָדנע זאַך: די דאָקומענטן פֿון דער „סי־אײַ־איי‟, וואָס זענען דעקלאַסיפֿיצירט געוואָרן מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, זענען שוין ווידער נעלם געוואָרן.
ליכטבלאַוס בוך, The Nazis Next Door: How America Became a Safe Haven for Hitler’s Men (אונדזערע נאַצישע שכנים: ווי אַזוי אַמעריקע איז געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר היטלערס אָנהענגער), אַנפּלעקט אַ שטיקל געשיכטע, וואָס געוויסע מענטשן אין דער רעגירונג וואָלטן גיכער געוואָלט פֿאַרדעקן.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן עטלעכע אַמעריקאַנער רעגירונג־אַגענטורן, אַרײַנגערעכנט דער „סי־אײַ־איי‟ און דער „עף־בי־אײַ‟, ווערבירט געוועזענע נאַציס צו שפּיאָנירן קעגן די רוסן. אין געוויסע פֿאַלן, האָבן די אַגענטורן אַפֿילו געדריקט אויף די געריכטן נישט צו מישפּטן די נאַציס פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכנס.
הײַנט רופֿט יענע פּראָגראַם אַרויס אַ בושה — נישט בלויז צוליב דער אוממאָראַלישקייט פֿון צוציִען נאַציס צו העלפֿן דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אָבער אויך ווײַל אַ סך פֿון די נאַציס זענען געווען זייער אומפֿעיִקע שפּיאָנען.
„אויב מע גייט זיך שוין אַרײַנלאָזן אין אַזאַ שאָטנדיק געשעפֿט, זאָל מען כאָטש געפֿינען קוואַליפֿיצירטע שפּיאָנען,‟ האָט ליכטבלאַו געזאָגט דעם Forward. „דער פֿאַקט, וואָס אַמעריקע האָט איבערגעגעבן אונדזער נאַציאָנאַלער זיכערהייט אין די הענט פֿון טויזנט נאַציס, איז געווען אַ מין זעלבסטמאָרד.‟
זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געוויסע עלעמענטן פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג, בפֿרט אינעם יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט, אויסגעגעבן ממשותדיקע געלטער אויסצוזוכן די נאַציס, וועלכע האָבן זיך דאָ באַזעצט, כּדי זיי צו מישפּטן. אָבער געוויסע אַנדערע אין דער רעגירונג האָבן דווקא געשאַפֿן שוועריקייטן פֿאַרן יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט אין דעם פּרט, גיט איבער ליכטבלאַוס בוך.
אין אַן אויסצוג פֿון זײַן בוך, פּובליקירט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דעם 26סטן אָקטאָבער, האָט ליכטבלאַו אַנטפּלעקט אַ בריוו פֿון 1995, וואָס די „סי־אײַ־איי‟ האָט געשיקט דעם אויסשפּיר־קאָמיטעט פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, דערקלערנדיק, אַז זי האָט נישט געוווּסט, אַז איינער פֿון אירע שפּיאָנען, אַלעקסאַנדראַס לילייקיס, איז געווען פֿאַרמישט אין דער שחיטה פֿון ייִדן, בעת ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער געהיימער פּאָליציי אין ליטע אין די 1940ער יאָרן. דאָקומענטן, וואָס די אַגענטור האָט שפּעטער דעקלאַסיפֿיצירט, האָבן אָנגעוויזן, אַז די „סי־אײַ־איי‟ האָט דווקא יאָ געוווּסט וועגן לילייקיס׳ טעטיקייטן בעת דער מלחמה.
ליכטבלאַו האָט געזאָגט, אַז די יאָרן־לאַנגע באַמיִונגען פֿון דער „סי־אײַ־איי‟ צו פֿאַרשווײַגן יענע נישט־אײַנגענעמע געשיכטע איז אַ סימן פֿון אַ באַקאַנטער טענדענץ בײַ אַלע אויסשפּיר־אַגענטורן. „ס׳איז פּשוט אַזאַ שוץ־אינסטיקט בײַ זיי, אַז אַפֿילו 20, 30 אָדער 40 יאָר שפּעטער וויל מען נישט רעדן וועגן אַזוינע פּריקרע קאַפּיטלען פֿון זייער געשיכטע, אָדער פּובליקירן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם,‟ האָט ער געזאָגט. „דער גאַנצער ענין איז דאָך געווען אַ בזיון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.