צײַט – אַ וויכטיקער באַגריף בײַ ייִדן

Time - a Major Theme in Yiddish


פֿון הערשל גלעזער

Published November 02, 2014, issue of November 21, 2014.

פֿאַראַן, הער איך, אַ שאָטיש ווערטל: אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן צײַט, האָט ער באַשאַפֿן אַ סך. נאָר קיין ייִדישער צוגאַנג איז דאָס נישט — בײַ פֿרומע ייִדן איז ביטול־זמן (פּטרן צײַט) אַן עבֿירה, אין יעדער פֿרײַער מינוט מוז מען דאָך לערנען תּורה. און ווער וואָלט בײַם הײַנטיקן טאָג געטענהט, אַז ער האָט צו פֿיל צײַט? פֿאַרקערט, אַלע זענען מיר געענגט אין צײַט. הלוואַי וואָלט געווען אַ באַנק, וווּ מע זאָל קענען דעפּאָנירן הײַנט צײַט, כּדי זי שפּעטער אַרויסצונעמען, דערצו נאָך מיט פּראָצענטן! נישט אומזיסט זאָגט ס’ייִדישע ווערטל, אַז די צײַט איז טײַערער פֿון געלט.

די אַלטע רוימער האָבן שוין געזאָגט tempus fugit, די צײַט אַנטלויפֿט, זאָגן מיר, אַז די צײַט שטייט נישט. אויף משיחס צײַטן קענען מיר זיך נישט דערוואַרטן. אַז אַ פֿרוכט איז צײַטיק, קען מען זי עסן. „פֿאַר דער צײַט וואָס זי וווינט אין ניו־יאָרק“, וווּ „פֿאַר“ איז אומאַקצענטירט, הייסט ‘בשעת זי וווינט…’; אָבער „פֿאַר דער צײַט“, מיטן אַקצענט אויף „פֿאַר“, פּאָרט זיך ס’רובֿ מיט „געשטאָרבן“, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט, ד”ה, צו פֿרי. און נאָך איינעם וואָס איז געשטאָרבן, צי פֿאַר דער צײַט צי נישט, האָט מען יאָרצײַט.

וואָס איז אַזוינס צײַט? אפֿשר ווייסט איר, נאָר איך נישט. איין מענטש, אײַנשטיין, האָט אפֿשר יאָ פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס איז אַזוינס צײַט. ער האָט געהאַלטן, אַז צײַט און אָרט זענען רעלאַטיוו, וואָס דערפֿון, פֿון דער קאָנסטאַטירונג, נעמען זיך אויף מאַמע־לשון אַ היפּשע צאָל וויצן. דער סאַמע באַקאַנטער איז אפֿשר דער סקעטש פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, „אײַנשטיין ווײַנשטיין“:

ש: אויף דער וועלט איז דאָ צײַט — דו ווייסט וואָס הייסט צײַט? נו, ווי נעם איך אים צו ווײַזן צײַט? נו, ס’איז דאָ צײַט! נו, וואָס זאָל איך טאָן? אויף דער גאַנצער וועלט — צײַט! צײַט! כ’האָ’ ניש’ קאַ’ צײַט!

ד: וואָס אײַלסטו דיך, וואָס?

דאָס ייִדישע וואָרט „צײַט“ קער זיך אָן מיטן דײַטשישן Zeit און מיטן ענגליש tide ‘אָנפֿלייץ, אָפּפֿלייץ פֿונעם ים’. פֿונעם זעלביקן שורש נעמט זיך ס’ענגלישע time. דאָס ייִדישע „ווײַל(ע)“ דעקט זיך מיטן ענגליש while ‘שטיקל צײַט’; דאָס איז אויך אַרײַן אין סלאַוויש, אַ שטייגער פּויליש chwila. דאָס פּוילישע czas ‘צײַט’, פֿון אַ שורש ‘וואַרטן’, איז אויף רוסיש vremya, פֿון אַ שורש ‘דרייען’ — אונדזער צײַט־חוש נעמט זיך דאָך דערפֿון וואָס די וועלט דרייט זיך און דער וועטער בײַט זיך. דאָס לאַטײַנישע tempus, וואָס דערפֿון וואַקסן אַרויס פֿראַַנצייזיש temps, שפּאַניש tiempo, פּאָרטוגאַליש און איטאַליעניש tempo, וואַקסט פֿון אַ שורש טײַטש ‘ציִען’. דאָס אַלט־גריכישע khronos ‘צײַט’ איז הײַנט טײַטש ‘יאָר’; דאָס הײַנטיקע khairos ‘צײַט’ איז אַ מאָל געווען טײַטש ‘געלעגנהייט, שעת־הכּושר’.

דאָ איז אויך שײך ס’וואָרט „צײַטונג“, וואָס דאָס איז תּחילת געווען טײַטש ‘נײַעס, בשׂורה’ און קער זיך אָן מיט אַן אַלט־ענגלישן ווערב tīdan ‘געשען’. אינעם עלטערן ענגליש און אינעם רעליגיעזן סטיל לעבט דאָך נאָך tidings ‘בשׂורות’. דאָס וואָס מיר לייענען בײַם הײַנטיקן טאָג איז קודם געווען אַ „בלאַטצײַטונג“, ד”ה, אַ שטיקל פּאַפּיר מיט נײַעס. דאָס עבֿריתּישע „עתון“ ‘צײַטונג’ באַשטייט אינעם וואָרט „עת“ ‘צײַט’ מיטן סופֿיקס „־ון“; ס’איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון אליעזר בן־יהודה, אַוודאי, אויפֿן מישקל פֿונעם דײַטשישן Zeitung.

אַז מע נעמט זיך צו די עקוויוואַלענטן פֿון „שעה“ ווערט די מעשׂה נאָך שווערער. אין אַמאָליקן בבֿל האָט מען צעטיילט דעם מעת־לעת (פֿון לשון־קודשן ‘פֿון אַ געוויסער צײַט צון אַ געוויסער צײַט’), די 24 שעה, אויף 12; די גרעקן האָבן עס איבערגעמאַכט אויף 12 שעה ליכט, 12 שעה פֿינצטערניש, און אַזוי איז געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. דאָס גריכישע ora איז אַ מאָל געווען ‘צײַט פֿון יאָר’, אָבער איז הײַנט ‘שעה’; פֿון דעם נעמט זיך ס’לאַטײַנישע hora, ס’פֿראַנצייזישע heure, ס’שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע hora, ס’איטאַליענישע ora, ווי אויך ס’ענגלישע hour. אויף דײַטש איז zīt אַ מאָל געווען סײַ ‘צײַט’, סײַ ‘שעה’; דאָס הײַנטיקע Stunde, וואָס איז געווען היפּש פֿאַרשפּרייט מיט הונדערט יאָר צוריק אויך אויף מאַמע־לשון, קער זיך אָן מיטן ווערב ‘שטיין’. ס’פּוילישע godzina קער זיך אָן מיטן רוסישן god ‘יאָר; (תּחילת) שטיק צײַט’; אויף רוסיש איז ‘שעה’ גאָר chas, אַזוי ווי ס’פּוילישע וואָרט פֿאַר ‘צײַט’; דאָס וואָרט איז אויך אַרײַן אין רומעניש (ceas).

דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע איז אפֿשר דאָס, וואָס אין שוועדיש, למשל, איז „צײַט“ tid, אַזוי ווי ס’ענגלישע tide, און „שעה“ timme, אַזוי ווי ס’ענגלישע time, בשעת אינעם פֿאַרצײַטישן ענגליש איז tide גאָר געווען ‘שעה’, איידער ס’איז אַרײַן ס’לאַטײַניש־שטאַמיקע hour. אוי, ענגליש, נעבעך — קען אַנדערש נישט טאָן, נאָר מוז נעמען פֿון דער פֿרעמד, ווי אַ זשאַרגאָן…

נו, ווינטש איך אײַך אַלע, איר זאָלט האָבן גענוג צײַט אויף אַלץ, וואָס איר דאַרפֿט, און אויב כ’האָב בײַ אײַך צוגענומען צו פֿיל צײַט, זײַט מיר טויזנט מאָל מוחל!