שמואל ווילענבערג, דער לעצטער באַקאַנטער לעבעדיקער מענטש אין דער וועלט, וואָס איז ניצול געוואָרן פֿונעם טויט־לאַגער אין טרעבלינקע, פֿירט אויס זײַן לעבנס־מיסיע — צו דערציילן וועגן די שוידערס פֿונעם דאָזיקן טרויעריק־באַרימטן אָרט.
דער טעלעוויזיע־קאַנאַל WLRN אין מיאַמי האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַר וועגן ווילענבערג. אין גיכן פּלאַנירט מען צו ווײַזן דעם פֿילם אויף דער נאַציאָנאַלער עפֿנטלעכער טעלעוויזיע־נעץ איבער גאַנץ אַמעריקע. נישט געקוקט אויף זײַן בכּבֿודיקן 92־יאָריקן עלטער, פֿירט ער ווײַטער זײַן פּלאַן צו עפֿענען אַ בילדונג־מוזיי אינעם ווײַטן פּוילישן וואַלד, וווּ דער לאַגער האָט זיך געפֿונען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער פֿילם, וואָס הייסט „דער לעצטער עדות פֿון טרעבלינקע‟, איז אַרויס אויף דער טעלעוויזיע דינסטיק, דעם 28סטן אָקטאָבער. דער העלד פֿונעם דאָקומענטאַר איז איינער פֿון בערך 100 ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם טויט־לאַגער בעת דעם אויפֿשטאַנד אין אויגוסט 1943. 900,000 אַנדערע ייִדישע אַסירים, אַרײַנגערעכנט צוויי זײַנע שוועסטער, זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן.
ווילענבערג האָט דערציילט, אַז אינעם לאַגער האָט ער אַמאָל געטראָפֿן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע, וועלכער האָט באַמערקט, אַז צוליב זײַנע בלאָנדע האָר, זעט ער נישט אויס ווי אַ טיפּישער ייִד, דערפֿאַר האָט ער אַ שאַנס אויסצולעבן. דער פּראָפֿעסאָר האָט צוגעגעבן, אַז אויב ווילענבערגן וועט זיך אײַנגעבן צו אַנטלויפֿן, וועט אויף זײַנע פּלייצעס ליגן די גרויסע מיסיע — צו דערציילן דער גאַנצער וועלט, וואָס ער האָט געזען אין טרעבלינקע. נאָך דער מלחמה איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל.
דעם זעלבן טאָג, ווען דער פֿילם איז אַרויס אויפֿן טעלעוויזיע־עקראַן, איז אין וואַרשע פֿאָרגעקומען די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם נײַעם ייִדישן מוזיי, וואָס שטעלט דעם ציל צו דערציילן נישט בלויז וועגן דעם ייִדישן חורבן, נאָר וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד. ווילענבערג איז געווען איינער פֿון די פֿאַרבעטענע חשובֿה געסט. פֿאַר דער מלחמה, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין פּוילן באַטראָפֿן 3.5 מיליאָן נפֿשות. הײַנט וווינען אינעם לאַנד בלויז עטלעכע צענדליקער טויזנט ייִדן. הגם די אַמאָליקע ייִדישע קהילה איז כּמעט אינגאַנצן אויסגעראָטן געוואָרן, שטרעבט די פּוילישע רעגירונג זי אויפֿצולעבן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, ווי אוישוויץ, דאַכאַו און בוכענוואַנד, וווּ מע האָט שוין געשאַפֿן בילדונג־מוזייען, בלײַבט טרעבלינקע פֿאַרלאָזט. בײַם סוף פֿון דער מלחמה, האָבן די נאַציס געפּרוּווט צו צעשטערן אַלע שפּורן פֿון זייערע גענאָציד־פֿאַרברעכנס, וואָס זיי זענען דאָרטן באַגאַנגען. אַחוץ אַ סטאַנציע־פּלאַטפֿאָרם מיט די רעשטלעך פֿון פֿאַרזשאַווערטע רעלסן, איז ווייניק וואָס געבליבן צו זען אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם לאַגער.
אַלען טאָמלינסאָן, דער בריטיש־געבוירענער רעזשיסאָר פֿונעם נײַעם דאָקומענטאַר, האָט באַטאָנט, אַז ער האָט קיינמאָל נישט געהערט פֿריִער אַזאַ גוטן און לײַדנשאַפֿטלעכן דערציילער, ווי ווילענבערג. זײַן קלאָרער זכּרון דערמעגלעכט זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס ס׳איז געשען באמת אין טרעבלינקע — אַ שרעקלעכע „פֿאַבריק פֿון טויט‟, וווּ די נאַציס האָבן אויסגעהרגעט כּמעט אַ מיליאָן מענטשן אין אַ קורצן פּעריאָד פֿון 13 חדשים, אין די יאָרן 1942—1943.
דער חורבן־פֿאָרשער מיכאל בערענבאַום האָט באַמערקט, אַז אויפֿן איצטיקן מאָמענט קאָנען די באַזוכער פֿונעם אָרט, וווּ דער טויט־לאַגער איז אַמאָל געשטאַנען, דערשפּירן דאָס טיפֿע געפֿיל פֿון פֿאַרלוסט, אָבער קאָנען נישט זען קיין קאָנקרעטע באַווײַזן פֿון די נאַצי־פֿאַרברעכנס. בערענבאַום האָט איבערגעגעבן, אַז אַן אַנאָנימער שטיצער האָט שוין באַשלאָסן אויסצוגעבן אַ מיליאָן דאָלאַר, כּדי מע זאָל דאָרטן אויפֿשטעלן אַ מוזיי. בעת זײַן וויזיט קיין מיאַמי, האָט ווילענבערג געטראָפֿן אַ צאָל רײַכע פּוילישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן צוגעזאָגט צו העלפֿן דעם פּראָיעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.