אַז די עלף־יעריקע מישעל לוי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין סידנעי, האָבן טויזנטער ייִדן זיך אַרויסגעלאָזט אין דרויסן צו זוכן דאָס מיידל. אַנדערע האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט איר פֿאָטאָ אויף „פֿייסבוק‟ און אַנדערע עלעקטראָנישע פֿאַרבינדונגס-מיטלען, ביז עמעצער האָט דערקענט דאָס מיידל, אַ דאַנק די פֿאָטאָס.
מע האָט זי געזוכט אין די פּאַרקן און אויף די גאַסן מיט דער הילף פֿון „הצלה‟ און פּאָליציי. מישעלס עלטערן און זיידע-באָבע האָבן באַדאַנקט די סידנעיער קהילה. די פּאָליציי זאָגט, אַז זיי האָבן קיין מאָל נישט געהאַט אַזוי פֿיל פֿרײַ-וויליקע געהילפֿן בײַם זוכן אַ קינד, וואָס איז אַמאָל פֿאַרשווונּדן געוואָרן אין סידנעי. מישעל איז אַנטלאָפֿן פֿון דער היים שבת צו נאַכטס נאָך דעם ווי זי האָט זיך צעווערטלט מיטן טאַטן און מע האָט זי געפֿונען מאָנטיק אין דער פֿרי. זי האָט פֿאַרבראַכט די צײַט מיט אַ מאַן, וואָס האָט גוט אַכטונג געגעבן אויף איר און האָט זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט אַ וווילטעטיקער אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט זי אַהיימגעבראַכט. די לויִס זאָגן, אַז זיי ווילן באַקענען זיך מיט אים און אים באַדאַנקען.
די רעגירונגען פֿון אויסטראַליע און מדינת־ישׂראל האָבן ערשט געמאָלדן, אַז זיי פֿירן אײַן נײַע וויזע־פּראָגראַמען פֿאַר יונגע טוריסטן. יונגע אויסטראַליער אין עלטער פֿון 18 ביז 31 יאָר וועלן מעגן אַרבעטן ביז איין יאָר בעת זיי באַזוכן ישׂראל און אויסטראַליע. די יונגע טוריסטן דאַרפֿן מיטברענגען מיט זיך גענוג געלט זיך אויסצוהאַלטן במשך פֿון דער רײַזע, נישט אַרבעטן פֿאַר איין באַלעבאָס לענגער ווי דרײַ חדשים אין ישׂראל, ניט לערנען זיך לענגער ווי פֿיר חדשים בעת זיי זײַנען אין ישׂראל, און זיי מוזן אויך זײַן אַסיגנירט.
דרײַ אויסטראַליער וועלן אָנטיילנעמען אין אַ פֿינף־טאָגיקער וועלאָסיפּעד־טורנע פֿאַר שלום, וואָס קומט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. זיי וועלן פֿאָרן אַן ערך פֿינף הונדערט קילאָמעטער פֿון ירושלים ביז אילת. די אָנטיילנעמער זאַמלען געלט לטובֿת צוויי וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס. די אויסטראַליער האָבן געזאַמלט פֿופֿצן טויזנט דאָלאַר.
דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע וועט צוטיילן פּרעמיעס צו די מיטגלידער פֿון דער אויסטראַלישער ייִדישער קהילה. פּראָפֿ’ לויִ וואַלער וועט באַקומען די פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון גענעראַל סער דזשאָן מאָנאַש. צווישן זײַנע אַנדערע פֿאַרדינסטן, האָט וואַלער געהאָלפֿן גרינדן די קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַ מאָנאַש-אוניווערסיטעט. דער געווינער פֿון דער פּרעמיע פֿאַר אַ יונגן אָנפֿירער פֿון דער קהילה איז דזשאָש בעק.
די 84־יעריקע מאַריאַ שעפֿער, איינע פֿון די שארית-הפּליטה, וואָס וווינט איצט אין סידנעי, האָט געשריבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע וועגן דעם מישפּט פֿון איוואַן פּאָליוכאָוויטש, וואָס איז באַשולדיקט געוואָרן אין דערהרגענען פֿיר און צוואַנציק ייִדן אין אוקראַיִנע במשך פֿון די יאָרן 1942 און 1943. דער מישפּט איז פֿאָרגעקומען אינעם הויפּט־געריכט פֿון דרום אויסטראַליע אין עדעלייד. פּאָליאַכאָוויטש איז באַפֿרײַט געוואָרן נאָכן מישפּט. שעפֿער האָט אָנגעהויבן איר אַקאַדעמישע קאַריערע אין אירע שפּעט זעכציקער יאָרן, נאָך דעם ווי זי האָט זיך פּענסיאָנירט. זי זאָגט, אַז זי וואָלט געקענט פֿאַרענדיקן די דיסערטאַציע נאָך אַ צוויי חדשים ערנסטער אַרבעט, אָבער איר איצטיקער געזונט-צושטאַנד דערלויבט דאָס נישט. זי האָט אָבער יאָ באַקומען אַן אָפֿיציעלע אָנערקענונג פֿון פֿלינדערס אוניווערסיטעט פֿאַר דער נישט-פֿאַרענדיקטער דיסערטאַציע.
פּאָלין ראָקמאַן, אַ מיטגליד פֿונעם צווייטן דור, דינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום, וווּ זי אַרבעט פֿרײַוויליק שוין צוואַנציק יאָר. זי האָט געוווּנען די „הענריק סלאַוויק פּרעמיע‟ פֿאַרן יאָר 2014 פֿאַר איר מיטאַרבעט מיט דער לאָקאַלער פּוילישער באַפֿעלקערונג אין מעלבורן, און פֿאַר איר מיטאַרבעט מיט יונגע פּאָליאַקן אין פּוילן. סלאַוויק איז געווען אַ פּאָלאַק, וואָס איז אומגעקומען אין מאַטהאַוזען־לאַגער. די פּרעמיע איז צוגעטיילט געוואָרן פֿון דער אויסטראַלישער געזעלשאַפֿט פֿון פּוילישע ייִדן און זייער נאָכוווּקס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.