איך שרײַב עס זונטיק, ווען עס בלײַבן נאָר גאַנצע צוויי טעג ביז די וואַלן, וועלכע קענען היפּש בײַטן די פּאָליטישע לאַנדשאַפֿט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מע זאָגט צו, אַז אין סענאַט וועלן דאָמינירן די רעפּובליקאַנער, וועלכע האָבן אײַנגעשטילט די ראַדיקאַלע שטימען פֿון דער „טיי־פּאַרטיי‟, אַזוי אַז זיי שרעקן ניט מער דעם המון מיט פֿאַרשיידענע ווילדקייטן. אַדרבה, די רעפּובליקאַנער שרעקן הײַנט דעם זעלבן המון מיט אַן אַנדער סטראַשידלע: אָבאַמאַ.
און מע שרעקט טאַקע אַזוי, אַז מענטשן ווערן, נעבעך, פֿאַרציטערט. מיט עטלעכע טעג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט אַן עלטערער ייִדישער פֿרוי, און זי האָט מיר דערציילט, אַז בײַ איר אין דער שטוב אַרבעט די גאַנצע צײַט דער טעלעוויזיע־קאַנאַל „פֿאָקס‟. די פֿרוי איז געווען אַרומגעכאַפּט מיט כּלערליי מינים מוראס: עבאָלאַ, אימיגראַנטן, (באַזונדערס!) מוסולמענער וכ’. צוריק גערעדט, מעגט איר אַליין אָנדרייען — ניט אויף לאַנג, עס זאָל חלילה ניט שאַטן! — און קוקן דעם דאָזיקן קאַנאַל.
ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין קורצן וועט איר שוין אויך זיך איבערשרעקן. מיר געפֿעלט צו קוקן אויף מעגין קעלי — ניט בלויז ווײַל זי איז בלי־ספֿק אַ שיינע פֿרוי, נאָר דער עיקר, ווײַל זי רופֿט בײַ מיר אַרויס אַ געלעכטער מיט איר כראָניש איבערגעשראָקענעם פּנים. קוקסט אויף איר און פֿילסט, גלײַך ווי די גאַנצע וועלט געפֿינט זיך תּמיד — ממש יעדע רגע — אין אַ שרעקלעכער סכּנה, אַן אמתער, ניט קיין האַליוווּדישער.
אין אַ געוויסן זין דערמאָנט מיר דער „פֿאָקס‟ די הײַנטצײַטיקע חסידישע ליטעראַטור, וואָס איך לייען צו מאָל. די ליטעראַרישע שאַפֿערישקייט פֿון די חסידישע מחברים איז דאָך פֿאָקוסירט, לכל־הפּחות אין מײַן באַשיידענער דערפֿאַרונג פֿון לייענען זיי, אויף איין הויפּט־טעמע: די חרדים, וואָס לעבן זיך אויס אין זייער אידעאַלער ייִדישער געזעלשאַפֿט, זײַנען פֿון אַלע זײַטן אַרומגערינגלט מיט געפֿערלעך פֿאַרפֿירערישע צי פּשוט סכּנותדיקע לײַט; אַזוי אַז דער מוסר־השׁכּל איז: לאָמיר זיך היטן פֿון זיי, פֿון אָט די שׂונאים, אונדזערע ביינער און אונדזערע נשמות; און נאָך מער — אונדזערע קינדער.
אָט אַזאַ באַגריף פֿון אַ פֿעסטונג פֿון דעם „אַמעריקאַנער חלום‟, וואָס איז אַרומגערינגלט פֿון דרויסן, און טיילווײַז דורכגעזאַפּט אינעווייניק, דורך שׂונאים פֿון כּלערליי מינים, — שאַפֿט דער קאַנאַל „פֿאַקס‟ און ענלעכע מעדיאַ־קאַנאַלן און קאַנאַלעכלעך. מיר שײַנט, אַז די דאָזיקע מעדיאַ־נעץ אַרבעט זייער עפֿעקטיוו. זי אַרבעט ווי אַן אמתער „אַגיטפּראָפּ‟ — אַ פּראַפּאַגאַנדיסטישע מאַשין, בעת די „ליבעראַלע‟ מעדיאַ באַגרענעצט זיך, בדרך־כּלל, מיט געבן אַן „אַכילה‟, וואָס אַ מענטש מיט אַ קאָפּ אויף די פּלייצעס קען איבערקײַען.
וואָס שייך דעם הויפּט־שׂונא, דאַרף דער „פֿאָקס‟ און די „פֿאָקסעלעך‟ אים ניט זוכן. ער איז דאָ, גלײַך אונטער דער האַנט. זײַן נאָמען ווערט די גאַנצע צײַט איבערגעחזרט: באַראַק אָבאַמאַ. ער איז, טענהן זיי, שולדיק אין אַלע צרות, מיט וועלכע עס מאַטערט זיך סײַ אַמעריקע, סײַ די גאַנצע וועלט. באַזונדערס געפֿעלט מיר, אַז ער — ווער נאָך? — איז שולדיק אין אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט עבאָלאַ.
איך שאַץ אָפּ זייער הויך דעם טאַלאַנט פֿון די פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע האָבן אויסגעקליבן דווקא עבאָלאַ ווי אַ צענטראַלן ענין אין דער איצטיקער קאַמפּאַניע קעגן דעם פּרעזידענט און, בשעת־מעשׁה, קעגן די דעמאָקראַטן. פֿון דער עבאָלאַ ווייעט דאָך מיט אַ ממש תּנכישער אָנשיקעניש; מיט דעם איז זייער גרינג אויפֿצורודערן די געזעלשאַפֿט און זי אָנצוצילן אויף דעם פּרעה. גלײַך ווי דער „פּרעה‟, דאָס הייסט, דער פּרעזידענט, אַרבעט אַליין אויס די פּראָגראַם, ווי אַזוי די מלוכה דאַרף זיך קעגנשטעלן דעם אָנשיקעניש, וואָס ווײַזט ניט, אַגבֿ, דערווײַל (טפֿו־טפֿו־טפֿו!) אין אַמעריקע קיין בולטע סימנים פֿון אַן אָנשיקעניש.
צוריק גערעדט, אַזוי איז שוין קאָנסטרויִרט געוואָרן די אַמעריקאַנער פּאָליטישע סיסטעם, אין וועלכער די פּאַרטייען שטעלן מיט זיך פֿאָר מאָדנע אינסטיטוטן, די הויפּט־ציל פֿון וועלכע איז, אין תּוך אַרײַן, צו שטיצן דעם פּרעזידענט אָדער צו מאַכן אים מיט דער בלאָטע גלײַך. אַזוי אַז אין לעצטן סך־הכּל פֿאַרענדיקט זיך טאַקע אַלץ אויף דער פֿיגור פֿונעם „פּרעה‟־פּרעזידענט; אַלץ ווערט אָפּגעשאַצט ווי זײַן פּערזענלעכע דערגרייכונג אָדער פּערזענלעכער דורכפֿאַל. ניט צופֿעליק בויט מען אים דערנאָך אַ מין פּיראַמיד — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, די פּרעזידענטישע ביבליאָטעקן, אין וועלכע עס ווערן אָפּגעהיט מאַטעריאַלן מכּוח זײַן „ממשלה‟.
איך הייב ניט אָן צו וויסן, ווי אַזוי די וואַלן וועלן זיך פֿאַרענדיקן, און איך אידעאַליזיר ניט דעם איצטיקן פּרעזידענט. ווי בײַ אַ סך פֿירער, איז זײַן רעדן צו מאָל בעסער פֿון זײַן טוען. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. איך וויל קוקן — און פֿאַרגלײַכן — ווי פֿאַרשיידענע טעלעוויזיע־קאַנאַלן וועלן רעאַגירן אויף די רעזולטאַטן. איך גלייב, אַז דאָס איז ניט נאָר טשיקאַווע, אָבער אויך זייער באַלערעוודיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.