ירושלים. — אַ ירושלימער פּלאַניר־קאָמיטעט האָט מאָנטיק געגעבן אַ דערלויבעניש צו בויען הונדערטער דירות אין אַ פֿרומער ייִדישער געגנט פֿון מיזרח־ירושלים.
דער „קאָמיטעט פֿון פּלאַנירן און בויען‟ פֿון דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט באַשטעטיקט, אַז ער שטיצט דאָס בויען 500 וווינונגען אין רמת־שלמה. דער פּלאַן איז אַ רעאַקציע אויף דער פּאַלעסטינער בלוט־פֿאַרגיסונג אין ירושלים במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים.
די וווינונגען זענען אַ טייל פֿון אַ פּלאַן, געשטיצט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהו צו בויען, צום ווייניקסטן, 1,100 וווינונגען אין רמת־שלמה און הר־חומה. דער פּלאַן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין דער מעדיאַ.
לויט יענעם באַריכט האָט דער קאָמיטעט מסכּים געווען צו דערלאָזן 640 דירות, אָבער דער קאָמיטעט זאָגט, אַז די צאָל וועט זײַן אַ קלענערע.
דער באַריכט די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אויך אַנדערע לענדער און אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס.
„ס׳איז אַ גרויסער שאָד וואָס, נישט געקוקט אויף דער איינשטימיקער שטעלונג קעגן די בוי־פּראָיעקטן אין ירושלים בעת דער סענסיטיווער צײַט, האָבן די אינסטאַנצן באַשלאָסן ווײַטער דורכצופֿירן דעם פּלאַן,‟ האָט עדגאַר וואַסקוועז, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, דערקלערט פֿאַר דער ישׂראלדיקער מעדיאַ מאָנטיק אויף דער נאַכט.
„מיר פֿירן ווײַטער פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פֿירער פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, כּדי קלאָר צו מאַכן, אַז מיר האַלטן דאָס בויען ייִשובֿים פֿאַר אַן אומלעגאַלן אַקט, און מיר זענען פֿולשטענדיק קעגן דעם אָננעמען איינזײַטיקע שריט, וואָס באַשטימען שוין די צוקונפֿט פֿון ירושלים,‟ האָט וואַסקוועז געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.