דער אינטערעס צו דער פּערזענלעכקײט פֿון װלאַדימיר זאבֿ זשאַבאָטינסקי האַלט אין אײן װאַקסן. דער מינסקער פֿאַרלאַג „מעט‟ לאָזט אַרױס זײַנע געזאַמלטע רוסישע װערק. דער פֿאַרנעם פֿון דער דאָזיקער אױסגאַבע װערט אַלץ גרעסער פֿון יאָר צו יאָר, װאָרן מען אַנטדעקט אַלץ מער נײַע פּובליקאַציעס פֿונעם מחבר אין פֿאַרשידענע רוסישע צײַטונגען. דער ענין, ווער איז דער מחבר פֿון די דאָזיקע װערק, רופֿט אַרױס הײסע אַקאַדעמישע מחלקות און צומאָל אַפֿילו שאַרפֿע עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן. זשאַבאָטינסקיס פּערזענלעכקײט און זײַן ירושה לאָזן קײנעם ניט בלײַבן גלײַכגילט.
מיט װאָס זשע האָט זשאַבאָטינסקי אַזױ אױסגענומען בײַ דעם הײַנטיקן דור ייִדישער אינטעליגענץ? מען קאָן ליב אָדער פֿײַנט האָבן זײַן פּאָליטיק, אָבער אַלע זײַנען אײַנשטימיק, אַז ער איז געװען אַן אױסערגעװײנטלעכער מענטש, מיט אַ פּערזענלעכן חן, אַ היפּשן ליטעראַרישן טאַלאַנט און אַ שאַרפֿן שׂכל. זײַן „אָדעסער‟ ראָמאַן „די פֿינעף‟ געהערט צו די שענסטע מוסטערן פֿון דער רוסישער עמיגראַנטישער ליטעראַטור. די פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיע שפּילט דאָ אַ געװיסע ראָלע, אָבער ניט פֿאַר דעם האָט מען ליב די דאָזיקע נאָסטאַלגישע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין דער אַמאָליקער שטאָט אָדעס, װאָס איז מער נישטאָ.
הײַיאָר איז אינעם פֿאַרלאַג פֿון יעל–אוניװערסיטעט אַרױס אַ נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון זשאַבאָטינסקי, מסתּמא די ערשטע ניט־„פּאַרטיייִשע‟ לעבנס־געשיכטע אױף ענגליש. הלל האַלקין האָט זיך גענומען פֿאַר אַ קאָמפּליצירטער אױפֿגאַבע אױסצוסדרן די פֿילצאָליקע מקורים און אַנטפּלעקן דעם סתּירותדיקן מהות פֿון זײַן העלדס פּערזענלעכקײט. לכתּחילה דערקלערט האַלקין דעם אײגנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון דער אָדעסער ייִדישער סבֿיבֿה, װוּ די רוסישע שפּראַך און קולטור האָבן ניט געשטערט די ייִדן צו פֿילן זיך ייִדישלעך. אָדעס איז געװען די אײנציקע שטאָט אין דער רוסישער אימפּעריע, װוּ ייִדישקײט, אײראָפּעיִשקײט און רוסישקײט האָבן זיך איבערגעמישט אױף אַ נאַטירלעכן אופֿן.
זשאַבאָטינסקי, ניט געקוקט אױף אַלע שפּעטערע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע גלגולים זײַנע, איז פֿאַרבליבן אַ זון פֿון זײַן שטאָט. ער האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין דער קינסטלערישער און אינטעלעקטועלער אַטמאָספֿער פֿונעם ערשטן יאָרצענדליק פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ער איז פֿאַרבליבן אַן אײראָפּעער, מיט אַ קנאַפּן אינטערעס, פֿאַרשטאַנד און סימפּאַטיע צו אָריענטאַלישע פֿעלקער און קולטורן.
האַלקינס פּסיכאָלאָגישער אַנאַליז פֿון זײַן העלד באַזירט זיך אױף זשאַבאָטינסקיס שריפֿטן און בריװ. די קלאָץ־קשיא איז: װי אַזױ האָט זשאַבאָטינסקי אױסגעפֿונען אַ פּשרה צװישן דער יחידישער פֿרײַהײט און דעם נאַציאָנאַלן התײַבֿות צו דעם אײגענעם פֿאָלק? דאָס איז אױך די פֿראַגע, װאָס זשאַבאָטינסקי באַהאַנדלט, אַזױ אָדער אַנדערש, אין זײַנע ליטעראַרישע װערק. זײַן אײגענער ענטפֿער איז געװען די שיטה פֿון ציוניזם, װאָס ער האָט אױסגעטײַטשט װי אַ באַפֿרײַונג פֿונעם ייִדישן קאָלעקטיװן „יחיד‟.
דאָס פֿאָלק איז פֿאַר זשאַבאָטינסקין געװאָרן אַן אַקטיװער היסטאָרישער און פּאָליטישער כּוח, װאָס שאַפֿט זײַן אײגענע צוקונפֿט. דער קער צו ציוניזם איז פֿאָרגעקומען אונטערן אײַנדרוק פֿונעם קעשענעװער פּאָגראָם און דער בלוטיקער רעװאָלוציע פֿון 1905 אין אָדעס. זשאַבאָטינסקיס אַנטױשונג אין דעם אײראָפּעיִשן ליבעראַליזם האָט אים געפֿירט צו אַ מסקנא, אַז עס קומט באַלד די צײַט, װען יעדעס פֿאָלק װעט מוזן שלאָגן זיך פֿאַר זײַן אייגענעם גורל. אָבער װאָס שײך דער פּראַקטישער פּאָליטיק, האָט זשאַבאָטינסקי דעמאָלט נאָך געגלייבט, אַז ייִדן קאָנען באַקומען אַן אײגן לאַנד און מלוכה בלױז מיט דער הילף פֿון אַ גרױסער װעלטמאַכט. דערפֿאַר האָט ער אַקטיװ געשטיצט ענגלאַנד בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה.
אין לאָנדאָן האָט ער זיך אױף אַלע כּלים גענומען צו אָרגאַניזירן אַ ייִדישן לעגיאָן אינעם באַשטאַנד פֿון דער בריטישער אַרמײ. ער האָט געפֿונען שטיצע פֿאַר זײַן פּראָיעקט ניט בײַ די ייִדישע פּני און ניט אין די בריטישע הױכע פֿענצטער, נאָר בײַ די ענגלישע קריסטן, װאָס האָבן געגלייבט אין דעם משיחיסטישן שליחות פֿונעם ציוניסטישן פּלאַן פֿון בױען אַ ייִדישע מלוכה אינעם הײליקן לאַנד אין הסכּם מיט תּנ״כישע נבֿואות. דװקא צו דער דאָזיקער קריסטלעכער שיטה האָט געהערט דער אױסערן־סעקרעטאַר לאָרד באַלפֿור, װעלכער האָט אין נאָװעמבער 1917 אַרױסגעלאָזט די באַרימטע „באַלפֿור־דעקלאַראַציע‟, װאָס האָט אָנערקענט דאָס ייִדישע רעכט צו שאַפֿן אַ „נאַציאָנאַלע הײם‟ אין ארץ־ישׂראל.
די רעװיזיאָניסטישע באַװעגונג, װאָס זשאַבאָטינסקי האָט געשאַפֿן װי אַ באַזונדערע בראַנזשע פֿון ציוניזם, האָט געהאַט אין יסוד אַן אידעאָלאָגיע, װאָס ער האָט אָנגערופֿן „גרױס־ציוניזם‟. אױף דעם ערשטן קאָנגרעס אין 1935 האָט זשאַבאָטינסקי פּראָקלאַמירט: „נישט קײן תּיקון פֿאַרן גלות דורך אַ שטיקל לאַנד פֿאַר אַ מוסטער אין פּאַלעסטינע, נאָר די ליקװידאַציע פֿון דער דיאַספּאָרע […] די ייִדישע מדינה איז נישט קײן ענדגילטיקע ציל: די ייִדישע מדינה איז נישט מער װי דער ערשטער שריט אין דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרווירקלעכן דעם גרױס־ציוניזם‟.
האַלקין פֿאַרסך־הכּלט זײַן געשיכטע פֿון זשאַבאָטינסקיס לעבן אַזוי: „ער איז געװען אַ מאַן פֿון סתּירות. ער האָט פֿאַרמאָגט אַ גװאַלדיקן ליטעראַרישן טאַלאַנט און אָנגעשריבן אַ היפּשע צאָל זשורנאַליסטישע און פּאָלעמישע אַרטיקלען, װאָס שפּיגלען קױם אָפּ זײַן טאַלאַנט. ער האָט געװידמעט זײַן לעבן דעם פֿאָלק און לאַנד, װאָס ער האָט ניט גאָר ליב געהאַט. אַ געטרײַער חסיד פֿון אינדיװידואַליזם, האָט ער אַנטװיקלט אַ טעאָריע פֿונעם רעװאָלוציאָנערן ציוניזם, װאָס האָט געפֿאָדערט אַ פֿולקומע סובאָרדינאַציע פֿון אַ יחיד צו דעם כּלל.‟ דװקא די דאָזיקע סתּירות מאַכן זשאַבאָטינסקיס פּערזענלעכקײט צוציִעװדיק פֿאַר די הײַנטיקע פֿאָרשער, װאָס זוכן אינעם עבֿר פֿראַגעס, און ניט ענטפֿערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.