דער פּוילישער ייִדישער רעזשיסאָר, ראָמאַן פּאָלאַנסקי, וואָס וווינט די טעג אין פֿראַנקרײַך, איז געקומען קיין וואַרשע אויף דער עפֿענונג פֿון דעם ייִדישן מוזיי אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט. אַמעריקע האָט תּיכּף־ומיד פֿאַרלאַנגט, אַז פּוילן זאָל שטעלן דעם רעזשיסאָר אין איר רשות. די פּוילישע רעגירונג האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן די אַמעריקאַנער בקשה, ווײַל פּאָלאַנסקי איז ביזן הײַנטיקן טאָג אַ פּוילישער בירגער.
אין אַמעריקע, ווי באַקאַנט, איז פֿאַראַן גערעכטיקייט פֿאַר אַלע — One nation under God indivisible with liberty and justice for all. עס ווײַזט זיך אָבער אויס, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג גלעט די נאַצי־פֿאַרברעכער מיט די האָרעלעך אַראָפּ. אַן אַנדער זאַך, אַ פּוילישער ייִד; אים וועט די אַמעריקאַנער רעגירונג קיין מאָל נישט לאָזן צו רו, הגם זײַן פֿאַרברעכן איז אָן אַ שיעור קלענער. אַמעריקע האָט געהאָלפֿן צו אַנטלויפֿן אַ באַנדע נאַצי־פֿאַרברעכער, אָבער דעם באַרימטן רעזשיסאָר ראָמאַן פּאָלאַנסקי וויל אַמעריקע נישט לאָזן צו רו.
לאָמיר אָנהייבן מיט די נאַצי־פֿאַרברעכער. צענדליקער נאַצי־פֿאַרברעכער זענען געוואָרן אַמעריקאַנער בירגער נאָך דער מלחמה. וואָס האָט אַמעריקע געטאָן? די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט זיי געעצהט צו פֿאַרלאָזן אַמעריקע שטילערהייט. אויף אַזאַ אופֿן וועט אַמעריקע נישט מוזן שטעלן זיי פֿאַר אַ געריכט. נישט נאָר וועלן זיי בלײַבן פֿרײַע מענטשן; נאָך מער: די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט זיי צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן אומגעשטערט באַקומען זייער „סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג‟.
די אַמעריקאַנער האָבן געהאַלטן וואָרט. נעמט, למשל, דעם „עס-עס‟־מאַן מיטן נאָמען יאַקאָב דאַנציגער, וואָס איז געווען טעטיק אין אוישוויץ. וויפֿל ייִדישע מאַמעס מיט זייערע קליינע קינדער האָט ער דערמאָרדעט, קען איך אײַך נישט זאָגן, ווײַל ער איז קיין מאָל נישט געשטאַנען פֿאַר אַ געריכט. פֿון דעסטוועגן, האָבן אים די אַמעריקאַנער געהאָלפֿן אַוועקצופֿאָרן שטילעהרייט פֿון אַמעריקע. דער 90־יאָריקער דײַטש לעבט הײַנט אַ גוטן טאָג אויפֿן חשבון פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג אין קראָאַטיע. אַגבֿ, די אַמעריקאַנער האָבן אים זייער גוט געעצהט. אין קראָאַטיע זענען די אַמעריקאַנער דאָלאַרן ווערט אַ סך מער ווי אין אַמעריקע גופֿא. איינעם אַ פּאָליאַק, אַ קאָלאַבאָראַטאָר, וואָס האָט געהאָלפֿן די דײַטשן אַרעסטירן און אומברענגען טויזנטער ייִדן, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אויך געהאָלפֿן צו אַנטלויפֿן. ער האָט, פּונקט ווי די אַנדערע נאַציס, באַקומען זײַן „סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג‟ ביזן טויט.
מאַרטין האַרטמאַן, וואָס איז שוין 95 יאָר אַלט, אַ געוועזענער „עס־עס‟־מאַן, האָט געטאָן מעשׂים אין לאַגער זאַקסענהאַוזן, לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג אין בערלין אויפֿן חשבון פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכה. האַרטמאַן און דאַנציגער זענען ביזן הײַנטיקן טאָג אַמעריקאַנער בירגער. אַנדערע קריגס פֿאַרברעכער, וואָס האָבן יאָ פֿאַרלוירן זייער אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט, ווען סע האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זענען געווען נאַציס, האָבן פֿון דעסטוועגן ווײַטער באַקומען זייער „סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג‟.
גאָר אַנדערש אָבער פֿירט זיך די אַמעריקאַנער רעגירונג אויף מיט ראָמאַן פּאָלאַנסקי. פּאָלאַנסקי האָט נישט געשטאָכן קינדער אין זייערע מאַמעס בײַכער, קיינעם נישט דערמאָרדעט און קיינעם נישט פֿאַרגאַזט.
ער האָט געהאַט אַ מיאוסע מעשׂה מיט א 13־יאָריק מיידל, וואָס די אייגענע מאַמע האָט געבראַכט אויף אַ נאַכט־קערמעשל מיט כּל־המינים צעלאָזטע האָליוווּדער אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן.
דאָס איז געווען אין 1977, הייסט עס, מיט 37 יאָר צוריק. פּאָלאַנסקי איז דעמאָלט געשטאַנען פֿאַר אַ געריכט, אָבער נישט געוואַרט ביזן פּסק און געמאַכט אַ ויבֿרח. אים וויל אַמעריקע נישט מוחל זײַן.
ווי סע זאָל נישט זײַן, בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה, אויב פּאָלאַנסקי וועט ריזיקירן נאָך אַ מאָל צו קומען קיין פּוילן. דער פּוילישער ייִדישער רעזשיסאָר האָט געפּלאַנט צו מאַכן אַ פֿילם וועגן דעם דרײַפֿוס־פּראָצעס און דווקא אין פּוילן. ראשית־כּל, ווײַל ער האָט ליב צו אַרבעטן מיט פּוילישע פֿאַכלײַט און מסתּמא אויך צוליב דעם, וואָס מאַכן אַ פֿילם אין פּוילן קאָסט ווייניקער ווי אין פֿראַנקרײַך.
ראָמאַן פּאָלאַנסקי איז אַנטלאָפֿן ווי אַ קינד פֿון דער קראָקער געטאָ. עס זעט אויס, אַז דאָס געטאָ־קינד מוז ווײַטער אַנטלויפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.