ווען מײַן משפּחה האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון טעהעראַן קיין לאָס־אַנדזשעלעס אין אויגוסט 1977, האָבן אַ צאָל דווקא אינטעליגענטע אַמעריקאַנער מיך אָפֿט געפֿרעגט קלאָץ־קשיות: צי געפֿינען זיך אין איראַן טאַקע שאָסייען און אויטאָס? צי איך האָב יעדן טאָג געריטן אויף אַ קעמל אין שול? ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן נישט געוווּסט דעם אונטערשייד צווישן איראַן און איראַק, צווישן אַראַבער און איראַנער, צווישן שיִיִטן און סוניטן; און זיכער האָבן זיי נאָך קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַן איראַנישן ייִד.
ווי אַ סך האָט זיך געביטן אין בלויז איין יאָר! ביזן זומער 1978 זענען שוין אַלע דירות אין די לוקסוס־הײַזער אין וועסטוווּד, אַ געגנט אין לאָס־אַנדזשעלעס, געווען פֿאַרדונגען די איראַנישע משפּחות, און די כּשרע קראָמען אין פּיקאָ־ראָבערטסאָן האָבן, אַ דאַנק די נײַע אימיגראַנטן, ווידער אויפֿגעלעבט.
ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז די איראַנישע ייִדן האָבן ממש געביטן דעם געזעלשאַפֿטלעכן און עקאָנאָמישן כאַראַקטער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. איידער די איראַנער זענען אָנגעקומען, איז בעווערלי־הילס געווען אַן אומבאַקאַנט שטעטל מיט פֿאַרביסענע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון איין זײַט, און „פּאַרעווע‟ פּראָטעסטאַנטן מיט פּאָליעסטער־קליידער — פֿון דער צווייטער. האָליוווּד איז געווען אַ דלות־קוואַרטל. דאָס עסן איז געווען פּרימיטיוו, און די קונים פֿון די כּל־בו־געשעפֿטן — בדרך־כּלל, מענטשן אין די 80ער.
די פּלוצעמדיקע אימיגראַציע פֿון אַ געבילדעטער, פֿאַרמעגלעכער און וועלטלעכער באַפֿעלקערונג האָט ממש אויפֿגעלעבט די שטאָט מיט ענערגיע און קאָליר. די איראַנישע ייִדן האָבן ממש געראַטעוועט די ייִדישע קהילה אין לאָס־אַנדזשעלעס פֿון אַ ממשותדיקער ירידה — אַ פּועל־יוצא פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע און גלײַכגילט מצד דעם ייִנגערן דור. אין די 1970ער האָט די מיטגלידערשאַפֿט פֿון די הויפּט־סינאַגאָגעס אין לאָס־אַנדזשעלעס געהאַלטן אין איין פֿאַלן, און אַ העלפֿט פֿון די ערטער אין זייערע טאָגשולן זענען געבליבן ליידיק. שבתדיקע מאָלצײַטן האָבן די אָרטיקע ייִדן געגעסן אין אַ ייִדישן „דעלי‟, און בלויז די פֿרומסטע פֿון זיי האָבן טאַקע געפֿאַסט יום־כּיפּור אָדער אויסגעמיטן חמץ פּסח.
די איראַנישע ייִדן, וועלכע זענען נישט פֿאַררעכנט פֿאַר ספֿרדים אָדער אַשכּנזים, נאָר „מיזרחי‟, איז די עלטסטע באַפֿעלקערונג אין גלות. זייער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן אין 587 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, ווען נבֿוכדנצר האָט צעשטערט דעם ערשטן בית־המיקדש און געבראַכט די ייִדן ווי שקלאַפֿן אינעם אָרט, וואָס איז דעמאָלט געווען בבֿל און שפּעטער געוואָרן די גרויסע פּערסישע אימפּעריע.
אין 539 פֿאַר דער איצטיקער צײַט רעכענונג, האָט צירוס דער גרויסער אַרויסגעלאָזט די ערשטע דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט, דערבײַ האָט ער באַפֿרײַט די ייִדן און זיי געלאָזט זיך אומצוקערן קיין ארץ־ישׂראל, איבערצובויען דעם בית־המיקדש, אָבער בלויז אַ העלפֿט פֿון די ייִדן האָבן עס טאַקע געטאָן. די אַנדערע האָבן זיך צעזייט און צעשפּרייט אין די ערטער, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן טערקײַ, עגיפּטן, איראַק, סיריע, אַפֿגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן.
צווישן די יאָרן 1920 און 1970 האָבן ס׳רובֿ פֿון די אַראַבישע לענדער פֿאַרטריבן די ייִדן, אָבער אין איראַן האָט דער מצבֿ פֿאַר די ייִדן זיך דווקא פֿאַרבעסערט. דער טאַטע פֿונעם שאַך, און שפּעטער — דער שאַך אַליין, האָבן באַשוצט די ייִדישע באַפֿעלקערונג. צום ערשטן מאָל אין 1,400 יאָר האָבן די ייִדן דאָרט געלעבט פֿרײַ און גענאָסן פֿון מזל־ברכה. אָבער אין 1978 האָט די איראַנישע רעגירונג זיי אויך פֿאַרטריבן, און זיי האָבן זיך באַזעצט אין צוויי ערטער: ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס.
הגם די איראַנישע ייִדישע אימיגראַציע איז געווען אַן אָנגעווייטיקטע, בפֿרט פֿאַרן עלטערן דור, איז עס, אין לעצטן סך־הכּל, געווען אַ ברכה פֿאַר זיי. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ טייל אַשכּנזישע אײַנוווינער אין לאָס־אַנדזשעלעס זיי נישט אויפֿגענומען זייער פֿרײַנדלעך. אָט זענען די קאָמענטאַרן וואָס איך האָב אָפֿט געהערט:
„עס געפֿינען זיך דאָ צו פֿיל פֿון זיי; זיי האָבן צו פֿיל קרובֿים; זייערע קינדער זענען צעפּיעסטשעט; זייערע פֿרויען פֿירן זיך ווי פּריצות; די געשעפֿטסלײַט זענען צו אַגרעסיוו; זיי זוכן בלויז מציאות, און אַפֿילו ווען זיי געפֿינען שוין אַ מציאה, בעטן זיי נאָך גרעסערע הנחות.‟
ווען איך פּרוּוו ווײַזן די קריטיקער, אַז די איראַנישע קהילה האָט אויך גוטע קוואַליטעטן; אַז אַ העלפֿט פֿון די דאָקטוירים אין לאָס־אַנדזשעלעס זענען איראַנישע, און אַז אַ סך פֿון זיי זענען באַרימטע פֿאָרשער אין דער וויסנשאַפֿט, בלײַבן יענע גלײַכגילטיק, ווײַל „די יונגע איראַנער ייִדן האָבן סײַ־ווי חתונה בלויז מיט אַנדערע איראַנער ייִדן‟.
די קריטיקער זענען מסתּמא אויך נישט צופֿרידן, וואָס די פּערסישע ייִדן האָבן אַ טונקעלע הויט, וואָס די מאַמעס רעדן צווישן זיך פּערסיש, וואָס זיי עסן וועטשערע שפּעט בײַ נאַכט, און וואָס זיי פֿײַערן צו פֿיל שׂימחות…
פֿון דעסטוועגן, זע איך אויך אַ בולטע סתּירה אין זייער קריטיק. די זעלבע קהילה־עסקנים, וועלכע באַקלאָגן זיך, אַז די איראַנישע ייִדן האָבן צו פֿיל קרובֿים און מאַכן צו פֿיל שׂימחות, קווענקלען זיך נישט צו קומען צו זיי, בעטן גרויסע נדבֿות. יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק באַערט מען נאָך אַן איראַנישן ייִד אָדער פּאָרפֿאָלק אויף עפּעס אַ בענעפֿיט, ווײַל זיי ווייסן, אַז זיי וועלן קענען אָנפּאַקן דעם זאַל מיט זייערע פֿרײַנד און שוועסטערקינדער. מיט אַנדערע ווערטער — מיט נײַע קוואַלן פֿון בײַשטײַער.
אַוודאי, זענען אויך דאָ אַ סך סימפּאַטישע אַשכּנזישע און ספֿרדישע ייִדן אין דער קהילה, און ס׳רובֿ פֿון די רבנים האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן בײַם צונויפֿברענגען די איראַנישע און נישט־איראַנישע מיטגלידער פֿון דער קהילה. מע האָט שוין זיכער געמאַכט אַ פּראָגרעס, אָבער פּונקט אַזוי ווי דאָס שווערע געפֿאָר אויף די שאָסייען אין לאָס־אַנדזשעלעס — גייט עס זייער פּאַמעלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.