אין די אַמעריקאַנער וואַלן, וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 4טן נאָוועמבער, האָבן די רעפּובליקאַנער געוווּנען דעם קאָנטראָל אינעם סענאַט, און עס זענען דערוויילט געוואָרן עטלעכע פּראָ־ישׂראלדיקע קאָנגרעסלײַט מיט נאָענטע באַציִונגען צו דער ייִדישער קהילה.
די רעפּובליקאַנער האָבן באַקומען זיבן ערטער אין סענאַט — איינס מער ווי זיי האָבן געדאַרפֿט, צו ווערן די מאַיאָריטעט־פּאַרטיי. צוליב זייער נצחון וועט איצט ווערן אַ סך שווערער פֿאַרן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ דורכצופֿירן זײַנע אייגענע פּלענער. מאַטיו ברוקס, דער דירעקטאָר פֿון דער „רעפּובליקאַנער ייִדישער קאָאַליציע‟, האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז דער רעפּובליקאַנער נצחון וועט מסתּמא דערפֿירן צו שטאַרקערע סאַנקציעס קעגן איראַן — אַ שריט, וואָס אָבאַמאַ איז געשטימט קעגן, בעת עס גייען אָן די פֿאַרהאַנדלונגען פֿאַר אַ ווײַט־גרייכיקן אָפּמאַך וועגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם.
אין לאָנג־אײַלאַנד האָט לי זעלדין, אַ שטאַט־סענאַטאָר, באַזיגט דעם דעמאָקראַט, טים בישאָפּ און איז דערבײַ געוואָרן דער איינציקער ייִדישער רעפּובליקאַנער אינעם קאָנגרעס, זינט דער מפּלה פֿון רעפּרעזענטאַנט עריק קאַנטאָר אין די נאָמיניר־וואַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני.
וואָס שייך די ייִדישע קאַנדידאַטן פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, איז דער סענאַטאָר אַל פֿראַנקען פֿון מינעסאָטע ווידער דערוויילט געוואָרן אַנטקעגן דעם רעפּובליקאַנער, מײַק מאַק׳פֿאַדען, און אין האַוואַיִיִ האָט ברײַאַן שאַץ באַזיגט דעם רעפּובלקאַנער קאַם קאַוואַסאָ.
אַנדערע ייִדישע דעמאָקראַטן האָבן אָבער נישט מצליח געווען. צווישן זיי: רעפּרעזענטאַנט בראַד שנײַדער פֿון אילינוי, און אַנדרו ראָמאַנאָף, פֿון קאָלאָראַדאָ.
צוויי נישט־ייִדישע געווינער מיט נאָענטע באַציִונגען צו די ייִדישע וויילער, האָבן אויך געהאַט אַ נצחון: סענאַטאָר טים סקאַט (רעפּובליקאַנער, דרום־קאַראָלײַנע), וועלכער איז פֿאַרבליבן דער איינציקער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנער אינעם סענאַט, איז אַ גוטער פֿרײַנד, און באַראַט זיך אָפֿט מיט ניק מוזין, אַ פֿרומער ייִד; און סענאַטאָר קאָרי בוקער (דעמאָקראַט, ניו־דזשערזי), אויך אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, איז זייער גוט־אינפֿאָרמירט אין ייִדישע קולטור־ און תּורה־ענינים, און האָט נאָענטע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה אין ניו־דזשערזי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.