ס׳איז שווער צו זײַן אַ גר

For Some Converts, Biggest Challenges Come After Mikvah

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published November 06, 2014, issue of November 21, 2014.

Shutterstock

מע האָט נישט אַרײַנגעלאָזט גיורת צו דאַוונען יום־כּיפּור אין אַ שיל. אין אַן אַנדער פֿאַל, האָט אַ רבֿ געהייסן איינעם פֿון די מתפּללים פּטור צו ווערן פֿון זײַן חבֿרטע, אַ דזשאַמײַקער גיורת. מצד די נישט־ייִדישע קרובֿים, טרעפֿן זיך די גרים צומאָל אויך אָן אויף גאָר אומאָנגענעמע סיטואַציעס. למשל, אַ באָבע האָט געזאָגט איר אייניקל, אַז זי וועט ברענען אין גיהנום, ווײַל זי איז געוואָרן אַ ייִדישע פֿרוי.

דאָס גיירות קאָן זײַן אַ לאַנגער, אומזיכערער און שווערער פּראָצעס אין די אָרטאָדאָקסישע קהילות. אַפֿילו ווען עמעצער טובֿלט זיך שוין אין מיקווה, און דער בית־דין נעמט אָן אַ פֿריש־געוואָרענעם ייִד, מיינט עס נישט, אַז אין דער ייִדישער קהילה וועט ער זיך נישט אָנשטויסן אויף נײַע צרות און אומבאַקוועמקייטן.

אַליזאַ האַוזמאַן, אַ 34־יאָריקע שרײַבערין און אַ געוועזענע שול־לערערקע, וואָס וווינט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט דערציילט, אַז די נעגאַטיווסטע מאָמענטן אין אירע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה זענען געשען דווקא נאָכן גיור. ווען מע האָט זי צום ערשטן מאָל פֿאַרבעטן אויף אַ בר־מיצווה, האָט דער רבֿ פּלוצעם אָנגעהויבן דערציילן ממש עקלדיקע וויצן וועגן די גויים. בעת איר ערשטן פּסח־סדר, האָט זי געמוזט אויסהערן אַ גאַנצע דרשה וועגן די „געפֿערלעכע‟ שיקסעס.

צוליב איר טונקעלער הויט, האָט מען אַמאָל נישט אַרײַנגעלאָזט האַוזמאַן צו דאַוונען אין איר מאַנס שיל. געוויסע מענטשן האָבן באַשלאָסן, אַז זי קאָן בשום־אופֿן נישט זײַן אַ ייִד צוליב איר אויסזען. פֿאַרטרויערט, האָט זי זיך אומגעקערט אַהיים אין טרעטן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט מען אַרעסטירט דעם באַקאַנטן מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבֿ בערי פֿרוינדעל פֿאַרן אונטערקוקן זיך מיט דער הילף פֿון אַ באַהאַלטענער קאַמערע אין אַ פֿרויען־מיקווה. די מעשׂה האָט פֿאַרזאָרגט אַ סך פֿון זײַנע גרים: אויב מע האָט באַזײַטיקט דעם רבֿ, קאָנען געוויסע מענטשן חושד זײַן, אַז זיי זענען נישט קיין ייִדן. צו זייער גליק, האָט דער „רבנישער ראַט פֿון אַמעריקע‟ (RCA) און דאָס ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע רבנות באַשטעטיקט, אַז פֿרוינדעלס צווייפֿלהאַפֿטיקע אויפֿפֿירונג וועט נישט שאַטן זייער סטאַטוס.

איין פֿרוי, וועלכע האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן איר נאָמען, האָט דערציילט, אַז ווען זי האָט געוואָלט חתונה האָבן מיט אַ ליובאַוויטשער מאַן, האָט דעם חתנס טאַטע געפֿאָדערט בײַ איר צו דערלאַנגען די גיירות־דאָקומענטן; באַקוקט זיי, האָט ער באַשלאָסן, אַז זי איז נישט קיין כּשרע גיורת. נאָך אַ לאַנגער ריי אומאָנגענעמע געשעענישן, האָט זיך דער כּלה אײַנגעגעבן צו באַפֿרידיקן די משפּחה. ווען זי האָט זיך געגרייט זיך מגייר צו זײַן, האָט דער רבֿ זי בפֿירוש געוואָרנט פֿון פֿריִער, אַז זי וועט קאָנען געפֿינען בלויז אַ קנאַפּע צאָל שידוכים פֿונעם סאַמע „דנאָ‟, ווײַל אַ סך ייִדישע משפּחות וועלן נישט האָבן צו טאָן מיט איר.

הרבֿ יוסף בלוי פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, איינער פֿון די בערך 15 גיור־רבנים בײַ די ניו־יאָרקער בית־דין־סיסטעם פֿון RCA, האָט דערקלערט, אַז צוליב אַזעלכע פּראָבלעמען, פֿאָדערן זיי, אַז יעדער גר אָדער גיורת מוז האָבן אַ שײַכות צו אַ רבֿ, וואָס קאָן פֿאַר זיי געפֿינען אַן אָרט אין דער ייִדישער קהילה. אַחוץ דער אומפֿרײַנדלעכער באַציִונג מצד אַ טייל ייִדן, האָבן די גרים נישט קיין ייִדישע משפּחות, וואָס וואָלטן געקאָנט זיי העלפֿן זיך אַרײַנצופּאַסן.

די נישט־ווײַסע גרים טענהן, אַז די שדכנים זוכן פֿאַר זיי כּסדר אַ זיווג בלויז צווישן די יחידים, וואָס געהערן צו דער זעלבער ראַסע־גרופּע. צוליב דעם מוזן זיי צומאָל חתונה האָבן מיט אינגאַנצן אומפּאַסיקע מענטשן. אַן אַנדער פּראָבלעם, ווי עס האָט דערקלערט הרבֿ צבֿי ראָם, אויך פֿאַרבונדן מיט RCA, באַשטייט אין דעם, וואָס ס׳רובֿ גרים אין אַמעריקע זענען יונגע פֿרויען. נאָכן גיור, זענען זיי אָפֿט פֿול פֿון אידעאַליזם און ענטוזיאַזם, גלייבנדיק, אַז אַ סך ייִדישע יונגע־לײַט וועלן אָפּשאַצן זייער שיינקייט און פֿרומקייט. למעשׂה, ווערן זיי נישט זעלטן אויפֿגענומען מיט אַ קסענאָפֿאָבישער קאַלטקייט.

יוסי גרינבערג, אַ פֿרומער אַקטיוויסט, וואָס אָרגאַניזירט, בשותּפֿות מיט זײַן פֿרוי, ספּעציעלע הילף־פּראָגראַמען פֿאַר די גרים, האָט דערקלערט, אַז אַ סך צרות קומען פֿון די נישט־ייִדישע קרובֿים, וואָס פֿאַרדאַמען זייערע ייִדישע משפּחה־מיטגלידער פֿאַרן „פֿאַרראַטן יעזוס‟ וכּדומה. אַ טייל פֿון זיי ווערן אויך געהאַסט פֿאַרן אָפּזאָגן זיך צו עסן בײַ זייערע טאַטע־מאַמע צוליב כּשרות, אָדער פֿאַרן נישט ווילן אַרײַנקומען אויף אַ משפּחה־שׂימחה אין אַ קלויסטער.

דאָס מיינט נישט, אַוודאי, אַז אַזעלכע טרויעריקע סיטואַציעס טרעפֿן זיך מיט אַלע גרים. קלאַרק וואַלבור, אַ ברוקלינער גיורת, האָט מורא געהאַט, אַז די ייִדישע קהילה וועט זי נישט אָננעמען. למעשׂה, האָט זי זיך אָנגעטראָפֿן בלויז אויף זייער פֿרײַנדלעכע וואַרעמע ייִדן און האָט גליקלעך חתונה געהאַט מיט אַ תּימנער. ווילבור האָט אָבער צוגעגעבן, אז ס‘רובֿ אירע ייִדישע באַקאַנטע ווייסן נישט וועגן איר אָפּשטאַם.