אין מײַן בריטישן פּאַס שטייט געשריבן, אַז איך בין געבוירן געוואָרן אין זאַפּאָראָזשע — אַזוי הייסט מײַן היימשטאָט, וואָס געפֿינט זיך אין דעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון אוקראַיִנע. ס’איז גאָר ניט ווײַט פֿון דער געגנט, וווּ מע האָט איצט אַ סעפּאַראַטיסטישן אַנטקלאַוו, וועלכער מאַכט אַן אָנשטעל (און רוסלאַנד העלפֿט אים עס טאָן), אַז עס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מלוכה. אַזוי צי אַזוי, שטייט די שטאָט זאַפּאָראָזשע אָנגעוויזן אין מײַן פּאַס, און ס’רובֿ מענטשן הייבן ניט אָן צו וויסן, וואָס עס באַטײַט.
מע דאַרף זאָגן, אַז ניט נאָר „נאָרמאַלע מענטשן‟ חידושן זיך. דאָס בלײַבט אַ רעטעניש אויך פֿאַר די אָפֿיצירן, וועלכע היטן די גרענעצן פֿון זייער לאַנד. בדרך־כּלל גייט זיי ניט אָן, וווּ מײַן קלייניקייט איז געבוירן געוואָרן, אָבער עטלעכע מאָל האָט עס יאָ אַרויסגערופֿן פֿראַגעס; און איין מאָל האָט מען מיך כּמעט פֿאַרהאַלטן. דאָס איז געשען, ווען איך בין אָנגעקומען, דאַכט זיך, קיין שטראַסבורג — מע האָט באַשלאָסן, אַז „זאַפּאָראָזשע‟ איז אַן אָרט אין איראַן. אמת, מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער נאָמען פֿון מײַן היימשטאָט אַרויסגערופֿן אַ מין פֿרייד בײַ דער רעגיסטראַציע אין אַ קליינטשיקן אַעראָפּאָרט, ווי מע זאָגט אויף ענגליש — „אין מיטן פֿון גאָרנישט‟. עס האָט זיך געמאַכט אַזוי, אַז דווקא דאָרטן, אין יענעם אַעראָפּאָרטל, האָט געאַרבעט אַ מענטש, וועלכער האָט עפּעס געהערט וועגן די זשאַפּאָראָזשער קאָזאַקן.
צוריק גערעדט, בין איך צופֿרידן מיט דעם, וואָס לויט די בריטישע תּקנות ווערט ניט לעבן דעם נאָמען פֿון מײַן היימשטאָט אָנגעוויזן דאָס לאַנד. מיר געפֿעלט עס, ווײַל מיר אַליין איז ניט קלאָר, וואָס דאָרטן וואָלט געדאַרפֿט שטיין. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד? אָבער אַזאַ מדינה עקזיסטירט ניט שוין אין משך פֿון אַריבער צוואַנציק יאָר. אוקראַיִנע? אָבער איך פֿיל ניט, אַז איך בין טאַקע באמת געבוירן געוואָרן אין דעם לאַנד, וואָס טראָגט הײַנט דעם דאָזיקן נאָמען. אַזוי אַז ס’איז טאַקע בעסער צו מאַכן אַ שווײַג.
שוין אָפּגעשמועסט, אַז איך האַלט ניט דעם פּאַס פֿאַר אַ סימבאָל פֿון דער עטנישער און קולטורעלער אָנגעהעריקייט מײַנער. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז איך בין געוואָרן אַ בריטישער בירגער. איך פֿיל זיך זייער גוט אין ענגלאַנד, מער בײַ זיך אין דער היים איידער אין אַנדערע ערטער. אָבער קיין „עכטער בריט‟ בין איך, פֿאַרשטייט זיך, ניט. איך באַשרײַב מײַן אידענטיטעט ווי: אַ ייִד, וועמען ס’איז אויסגעקומען געבוירן צו ווערן אין דעם לאַנד, וואָס האָט זיך גערופֿן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, שפּעטער זיך באַזעצן אין ענגלאַנד, און די לעצטע טוץ יאָר וווינען צווישן ענגלאַנד און אַמעריקע. קען אַזאַ אידענטיטעט אַרײַנגעשריבן ווערן אין אַ פּאַס? אַוודאי, ניט. האַלט איך, אַז מײַן פּאַס האָט קיין שײַכות ניט צו דעם ענין. ס’איז פּשוט אַ שליסל, וואָס עפֿנט מיר די גרענעצן, אַפֿילו אויב די שומרים, וואָס היטן די גרענעצן, טשעפּען זיך צו מיר צו מאָל מיט קלאָץ־קשיאות.
איך ווייס, אַז גאָר ניט אַלע האַלטן אַזוי ווי איך. נאָך מער: אַזוי האַלטן ניט, אפֿשר, ס’רובֿ מענטשן. און אייניקע מאַכן פֿון דעם אַ וועזן. מיר זעען עס זייער קלאָר אין דעם ענין פֿון מנחם זשיוואָטאָפֿסקי. מנחם איז אַן אַמעריקאַנער ייִדיש ייִנגל, וועמען ס׳איז באַשערט געווען זיך צו באַווײַזן אויף דער וועלט אין ירושלים. און ער וויל — און נאָך מער ווילן עס, ווי איך פֿאַרשטיי, זײַנע עלטערן — עס זאָל אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַס שטיין געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז זײַן היימשטאָט איז ירושלים, און אַז די דאָזיקע שטאָט געפֿינט זיך אין ישׂראל.
אַרום דעם דרייט זיך שוין לאַנג די מעשׂה: די זשיוואָטאָפֿסקיס ווילן, אַז ירושלים זאָל ווערן מאַרקירט ווי די שטאָט אין ישׂראל, און דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטעריום (מלוכה־דעפּאַרטאַמענט) וויל עס בשום־אופֿן ניט, ווײַל… — יעדער איינער פֿאַרשטייט די סיבה. אַגבֿ, דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט נאָך אין יאָר 2002 באַשלאָסן, אַז מע דאַרף דערלויבן אָנווײַזן ישׂראל אין די פּעסער פֿון די אַמעריקאַנער בירגער, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן אין ירושלים.
אַזוי אַז דער קאָנפֿליקט איז ניט בלויז צווישן אַ ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט זיך פֿאַרעקשנט, און דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, וועלכע האָט זיך אויך פֿאַרעקשנט. דער ענין, וועלכער איז איצט אין די הענט פֿונעם העכסטן געריכט, האָט אַ טיפֿערן אינהאַלט, דהײַנו: וועמענס וואָרט איז אין דעם פֿאַל וואָגיקער — פֿונעם קאַנגרעס צי פֿון דער רעגירונג? אָט אַזאַ קאָפּ־דרייעניש האָבן די ריכטער און די אַדוואָקאַטן.
מיר דאַכט זיך, אַז פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם, מיט קלאָרע פּאָליטישע כּוונות פֿון ביידע צדדים, וועט גאָרנישט ניט אַרויסקומען. סײַדן די זשיוואָטאָפֿסקיס וועלן האָבן (און האָבן שוין) הנאה פֿונעם פּירסום אַרום זייער משפּחה. ניט דורך די ווערטער אין זייער זונס פּאַס וועלן געלייזט ווערן די פּראָבלעמען אין ישׂראל און אַרום ישׂראל.
אַגבֿ, ווי אַ מאַן פֿון אַ ביבליאָטעקאַרשע, ווייס איך, אַז — לויט די תּקנות פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס — זײַנען דאָ שטעט, פֿאַר וועלכע עס ווערט ניט אין די קאַטאַלאָגן אָנגעוויזן זייער מלוכישע אָנגעהעריקייט. דאָס זײַנען ירושלים און רוים. אפֿשר איז געקומען די ריכטיקע צײַט אָנצוהייבן אַ מישפּט אויך מיט דער ביבליאָטעק?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.