ישׂראלדיקע נײַע פֿירמעס העלפֿן די אינוואַלידן

Israeli Start-Ups Help People With Disabilities

די נײַע ישׂראלדיקע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם Talkitt העלפֿט צו פֿאַרשטיין די רייד פֿון אַ קינד־אינוואַליד
Youtube
די נײַע ישׂראלדיקע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם Talkitt העלפֿט צו פֿאַרשטיין די רייד פֿון אַ קינד־אינוואַליד

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published November 07, 2014, issue of November 21, 2014.

נישט לאַנג צוריק, האָט די צײַטונג „וואָל־סטריט דזשאָרנאַל‟ דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע טעכנאָלאָגישע קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער מע האָט באַשלאָסן, אַז דער אוידיטאָריע איז צום מערסטן געפֿעלן געוואָרן די יונגע ישׂראלדיקע פֿירמע Voiceitt, וואָס שאַפֿט ספּעציעלע טעכנאָלאָגישע המצאות פֿאַר מענטשן, וואָס לײַדן פֿון פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, צוליב וועלכע זיי קאָנען נישט נאָרמאַל רעדן. די נײַע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿון דער פֿירמע, וואָס הייסט Talkitt, הערט זיך צו צום קול פֿון אַזעלכע מענטשן, און פֿאַרוואַנדלט עס אין אַ מער פֿאַרשטענדלעכער רייד.

די פֿירמע פּלאַנירט אַרויסצולאָזן די ערשטע ווערסיע פֿון דער פּראָגראַם אין 2015. דאָס איז ווײַט נישט דער איינציקער טעכנאָלאָגישער חידוש, וואָס די ישׂראלדיקע פֿירמעס האָבן לעצטנס געשאַפֿן לטובֿת די אינוואַלידן. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָבן דרײַ קאָמפּאַניעס, PresenTense, „בית איזי שפּירא‟ און די „פֿונדאַציע פֿון משפּחת רודערמאַן‟, געגרינדעט בשותּפֿות אַן „אַקסעלעראַטאָר־פּראָגראַם‟, כּדי צו העלפֿן די נײַע געשעפֿט־פּראָיעקטן, וואָס הייבן ערשט אָן צו אַנטוויקלען ספּעציעלע טעכנאָלאָגיעס פֿאַר אינוואַלידן.

צווישן די 15 נײַע פֿירמעס, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט רעננה, איז געווען Sesame Enable. די דאָזיקע קאָמפּאַניע האָט דערפֿונדן אַ „סמאַרטפֿאָן‟, מיט וועלכן מע קאָן זיך באַנוצן נישט צורירנדיק זיך צו אים מיט די הענט. אַנשטאָט די געוויינטלעכע קנעפּלעך, דערקענט דער חידושדיקער טעלעפֿאָן פֿאַרשיידענע פּנים־אויסדרוקן און באַוועגונגען פֿונעם קאָפּ.

דזשיי רודערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער דערמאָנטער „רודערמאַן־פֿונדאַציע‟, וועלכער פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט דער טעטיקייט לטובֿת די אינוואַלידן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה און אין ישׂראל, האָט באַדאַנקט דעם ישׂראלדיקן טעכנאָלאָגישן סעקטאָר פֿאַרן העלפֿן די קראַנקע מענטשן זיך בעסער אַרײַנצופּאַסן אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט.

רודערמאַן האָט אָבער קריטיקירט די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַרן נישט לייגן גענוג אַכט אויף די באַדערפֿענישן פֿון די אינוואַלידן. ישׂראל איז באַקאַנט ווי אַ לאַנד פֿון „סטאַרטאַפּס‟, וווּ אַ סך פֿרישע זיך־אַנטוויקלענדיקע פֿירמעס שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע. אַזעלכע קאָמפּאַניעס שאַפֿן אָפֿט גאָר חידושדיקע טעכנאָלאָגיעס, וואָס שטימען אָבער לאַוו־דווקא מיט די אינטערעסן פֿון דער רעגירונג און באַדינען נישט אַלעמאָל די ברייטע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. צוליב דעם, נישט געקוקט אויף דער טעטיקייט פֿון געוויסע פֿירמעס, בלײַבן די פּראָבלעמען פֿון אַ סך אינוואַלידן נישט געלייזט.