סוף יאָר, נענטער צו דער ניטל־צײַט, באַקומען די אַמעריקאַנער גאַנצע קופּעס בריוו און טעלעפֿאָן־קלאַנגען פֿון פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס בעטן צו געבן זיי אַ נדבֿה און אַראָפּשרײַבן דערמיט מער שטײַערן. אַלעמען, פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען נישט געבן, און נישט אַלעמאָל איז כּדאַי צו געבן. אַ סך ייִדן פֿרעגן דערצו נאָך אַ קשיא: צי מע זאָל שטיצן דווקא די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס?
עס זענען פֿאַראַן ייִדישע און אַלגעמיינע אַמעריקאַנער חבֿרות, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע אַלמענטשלעכע צוועקן, ווי די פּראָבלעמען פֿון אָרעמע־לײַט אַרום דער וועלט אָדער די רעכט פֿון אימיגראַנטן. פֿאַרוואָס זאָל מען שטיצן דווקא ייִדישע גרופּעס, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער זעלבער טעטיקייט?
די ייִדן, אַפֿילו אַסימילירטע, ווילן האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער קהילה, בלײַבנדיק דערבײַ פֿאַרבונדן מיט דער אַרומיקער נישט־ייִדישער וועלט. ווען מיר גיבן געלט פֿאַר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, העלפֿן מיר אונדזערע קהילות און דערצו פֿאַרבינדן מיר זיך צומאָל מיט די ייִדן אין אַנדערע לענדער.
מיר ווילן, אַז אונדזערע קינדער זאָלן האָבן ייִדישע חבֿרים; דאָס מיינט אָבער נישט, אַז זיי דאַרפֿן זיך נישט חבֿרן מיט נישט־ייִדן. עס ווילט זיך וווינען אין אַ ייִדישער געגנט; אין דער זעלבער צײַט, שאַצן מיר אָפּ די קולטורעלע פֿאַרשיידנאַרטיקייט. וווּ ליגט די גרענעץ צווישן אונדזערע ספּעציפֿישע קהילה־אינטערעסן און אונדזער שײַכות צו דער ברייטער וועלט?
הײַיאָר, האָבן סטיווען כּהן און שאָן לאַנדרעס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג, לויט וועלכער 76 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן גיבן געלט פֿאַר חסד־אָרגאַניזאַציעס; די דורכשניטלעכע סומע באַטרעפֿט 1,250 דאָלאַר אַ יאָר. צווישן די נישט־ייִדישע אַמעריקאַנער איז די צאָל מנדבֿים קלענער, 63 פּראָצענט, און די דורכשניטלעכע נדבֿה־סומע איז 660 דאָלאַר. עס באַקומט זיך, אַז ייִדן גיבן מער נדבֿות. די שטודיע ווײַזט אָבער אויך, אַז צוויי דריטל פֿון זייער נדבֿה־געלט גייט צוריק צו די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דערצו, ווען מע קוקט זיך אַרײַן אין די פּרטים פֿון דער סטאַטיסטיק, זעט מען, אַז ס׳רובֿ ייִדישע נדבֿה־געלטער ווערן געגעבן נישט לטובֿת די אָרעמע־לײַט, נאָר פֿאַר די שילן, פֿאַרשיידענע קהילה־אָרגאַניזאַציעס, זומער־לאַגערן און ישׂראל.
אויפֿן ערשטן בליק, זעט עס אויס מיאוס. די אָרעמע־לײַט נייטיקן זיך אין אונדזער געלט זיכער מער, ווי אונדזערע גרויסע שילן — אין נײַע פֿענצטער. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט די סטאַטיסטיק אָבער אויך, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן גיבן אויס אַ סך געלט פֿאַר די וויכטיקע אַלגעמיינע צוועקן. דעריבער, ווען מיר שטיצן די אייגענע קהילה, שטיצן מיר דערמיט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן פֿונעם צדקה־געבן.
צי זאָלן מיר טאַקע שטיצן די אַלגעמיינע הומאַניטאַרע ענינים, לאַוו־דווקא אונדזערע ברידער־ייִדן? ס׳זעט אויס, אַז ביידע אַספּעקטן זענען וויכטיק און פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.