אין 1997 איז אינעם זשורנאַל „ציוויליזאַציע‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿונעם שרײַבער מײַקל שייבאָן אונטערן טיטל „וועגווײַזער פֿאַרן לאַנד פֿון רוחות‟. דאָרט רעדט ער אַרום דאָס באַקאַנטע פֿראַזעביכל „זאָגט עס אויף ייִדיש‟ (Say It In Yiddish), געשריבן פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך און אַרויסגעגעבן פֿונעם דאָווער־פֿאַרלאַג אין 1958 — און נאָך אַלץ פּאָפּולער הײַנט, נאָך 56 יאָר. דער דאָזיקער אַרטיקל שייבאָנס האָט דעמאָלט געמאַכט אַ טומל צווישן די ייִדישיסטן — ווי מע קען נאָך לייענען אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „מענדעלע‟ און אין דזשעפֿרי שאַנדלערס בוך „אַוואַנטורעס אין ייִדישלאַנד‟ — ווײַל מע האָט געפֿילט, און מסתּמא מיט רעכט, אַז שייבאָן מאַכט אַ ביסל חוזק פֿון ייִדיש.
ער פֿרעגט, למשל, וווּ אין דער וועלט וואָלט מען געקענט ניצן די דאָזיקע פֿראַזעס וועגן טוריסטישע זאַכן — ס׳איז דאָך ניטאָ קיין „ייִדישלאַנד‟, וווּ דער האָטעל־באַדינער, דער באַן־קאָנדוקטאָר, דער שיפֿס־קאַפּיטאַן רעדן אַלע ייִדיש. דעריבער רופֿט ער דאָס ביכל „אַן אַבסורדער, טרויעריקער חפֿץ פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין מאָל ניט עקסיסטירט‟, „דאָס דאָזיקע לאַנד פֿון די ווײַנרײַכס איז ווי אַ פֿאַרחלומט פֿאַנטאַזיע־לאַנד‟.
האָבן זיך גלײַך געפֿונען פּאַטריאָטן אונדזערע, וואָס האָבן אַרײַנגעשיקט בייזע בריוו אין דער רעדאַקציע מיט טענות צו שייבאָנען, אַז ייִדיש רעדט מען ניט בלויז אין זײַן פֿאַנטאַזיע, נאָר אויך אויף דער וואָר — ממש הונדערטער טויזנטער מענטשן. און אַז מע רעדט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען דאָס ביכל איז אַרויס, זײַנען נאָך געווען מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן איבער דער וועלט — אין ישׂראל, אין אַרגענטינע, אין אייראָפּע — וואָס האָבן ניט געקענט קיין ענגליש, וואָס אַזאַ ביכל וואָלט דעם טוריסט געקומען צו נוץ, כּדי זיך צו פֿאַרשטענדיקן מיט זיי. פּראָפֿ’ דזשעפֿרי שאַנדלער האָט דעמאָלט גערעדט מיט בינה ווײַנרײַך, וואָס האָט אים דערציילט וועגן דעם אַרויסגעבער פֿונעם ביכל, הייוואַרד צירקער, דער גרינדער פֿון דאָווער־פֿאַרלאַג, וואָס ס׳איז געווען זײַן אײַנפֿאַל אַרויסצוגעבן אַזאַ ביכל, ווי אַ סימן פֿון זײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש.
נעמענדיק אין באַטראַכט וואָס אונדזערע ייִדישיסטן האָבן געטענהט, איז טשיקאַווע צו לייענען אַ רעצענזיע פֿונעם ביכל, געשריבן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער און געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ דעם 21סטן דעצעמבער 1958:
„אין אַנדערע שפּראַכן האָבן די רעדאַקטאָרן נישט געהאַט קיין באַזונדערע שוועריקייטן. טוריסטן קומען, צום בײַשפּיל, קיין פֿראַנקרײַך און מוזן זיך פֿאַרשטענדיקן אויף פֿראַנצויזיש. עס זײַנען פֿאַראַן גענויע ווערטער און אויסדרוקן פֿאַר אַלע קעגנשטאַנדן און סיטואַציעס וואָס דער דורכשניטלעכער טוריסט שטויסט זיך אויף זיי אָן. גאַנץ אַנדערש איז מיט ייִדיש. וועלכער טוריסט קומט דאָס אין ‘ייִדיש־לאַנד?’ אין וועלכן פּאָסט־אָפֿיס, אין וועלכער באַנק רעדט מען דאָס מיט דעם טוריסט ייִדיש? דאָס גאַנצע ביכל טראָגט דעם כאַראַקטער פֿון ‘מעיק בעליוו’ [פֿאַנטאַזיע]. ווען די רעדאַקטאָרן לאָזן רעדן דעם קלערק פֿון האָטעל ייִדיש צו דעם גאַסט און ער זאָגט אים: ‘זײַט אַזוי גוט און פֿאַרשרײַבט זיך אין האָטעל־פּינקס’, רופֿט עס אַרויס בײַם לייענער אַ ביטער געלעכטער. נישטאָ אַזאַ קלערק, נישטאָ אַזאַ גאַסט. דער ‘האָטעל־פּינקס’ עקזיסטירט בלויז אין דער פֿאַנטאַזיע פֿון אַ פֿילאָלאָג. פּונקט אַזוי מאָדנע קלינגט ווען דער פּאַסאַזשיר פֿאָדערט אַ ‘טראַנספֿעריר־בילעט’, אַ ‘סאָבוויי־מטבע’, ווען ער פֿרעגט: ‘צי איז פֿאַראַן אַן אויטאָבוס־דינסט צום פֿליפּלאַץ’—‘ווי קריג איך אַ פֿיר־ליצענץ?’ אַ פֿיר־ליצענץ, ליבע לעזער, איז אַ דראַיווערס לאַיסענס. ס׳איז נישט מײַן שולד וואָס איר פֿאַרשטייט בעסער דעם ענגליש ווי דעם ייִדיש.
„נו, אָבער ווען דער גאַסט זיצט אין רעסטאָראַן און זאָגט דעם קעלנער, אַז ער וויל נישט דאָס עסן ‘צו בשׂמימדיק’, ווייס איך אַפֿילו נישט צי די פֿרוי, וואָס האַלט דעם רעסטאָראַן אין אַטראַן־הויז, וועט וויסן וואָס ער מיינט. ייִדן האָבן אַ וואָרט דערויף — געווירצט. צו וואָס אויסטראַכטן אַן אויסדרוק ווען ס’איז פֿאַראַן אַזוינער וואָס דאָס פֿאָלק האָט גענוצט? און ווען דער זעלבער גאַסט פֿרעגט שפּעטער (מסתּמא אַ פֿאַרבײַגייער) ‘וווּ איז מען מתפּלל אויף ענגליש?’— איז דאָס אויך היפּש אויסגעטראַכט. ווי באַלד ער וויל מתפּלל זײַן אויף ענגליש, וועט ער אויך פֿרעגן אויף ענגליש. ער וועט געוויס ניט נוצן דעם אויסדרוק מתפּלל זײַן. וואָס איז שלעכט — דאַווענען?
„נו, און ווען דער זעלבער טוריסט קומט קויפֿן אַ ‘פאַרשטעקל’ (סטאָפּפּער), אַ ‘בליץ־שלעסל’ (זיפּער), ‘אָנצינדער־פֿליסיקייט’ (בענזין פֿאַר אַ צינד־מאַשינקעלע), ‘קלעפּ־צעלאָפֿאַן’ (סקאַטש טעיפּ), ‘אַ מוטער־דרייער’ (אַ רענטש אויפֿצוהייבן אַ קאַר), — וועט דען דער סוחר וויסן וואָס ער מיינט? סײַדן די משפּחה ווײַנרײַך זאָל עפֿענען אַ דעפּאַרטמענט־סטאָר בשותּפֿות מיטן ‘ייִוואָ’…
„איך לאַך נישט. עס איז אַ בראָך צום געלעכטער. עס איז נישט די שולד פֿון די ווײַנרײַכס. זייער כּוונה איז אַ גוטע. וואָלטן געווען אַ סך אַזוינע ייִדן ווי זיי, וואָלט דאָס אַלץ געהאַט אַ זין. ס׳וואָלט אַפֿילו געלוינט דעם שרײַבער צו דינגען זיך וועגן דעם אָדער יענעם וואָרט אָדער אויסדרוק. לויט אונדזער מיינונג, האָבן אוריאל און ביטריס ווײַנרײַך היפּש איבערגעכאַפּט די מאָס. זיי האָבן געקאָנט געפֿינען ווערטער מער צוגענגלעכע און פֿאַרשטענדלעכע, ספּעציעל אין אַ ביכל פֿאַר טוריסטן, וווּ דער צוועק איז אַ פּראַקטישער, נישט צו ווײַזן לומדות אין שפּראַך.
„בײַ דעם אַלעמען רעקאָמענדיר איך דאָס ביכל. עס אַנטהאַלט טויזנט פֿראַזן אין ייִדיש. עס קאָסט בלויז פֿינף און זיבעציק סענט. עס איז אַרויסגעגעבן שיין, מיט געשמאַק און מיט ליבע צו ייִדיש. מען דאַרף געדענקען, אַז ווערטער קומען אונדז פֿאָר פֿרעמד אַזוי לאַנג ווי מען נוצט זיי נישט. אַ ‘פֿאַרשטעקל’ איז פּונקט אַזוי גוט ווי אַ ‘סטאָפּפּער’. עס איז געוויס געווען אַ צײַט ווען דאָס וואָרט ‘סטאָפּפּער’ איז אויך פֿאָרגעקומען ווילד, נײַ און רוי.
„וועגן איין זאַך וויל איך וואָרענען דעם לייענער: אויב ער וועט פֿאָרן אויף אַ שיף און זי וועט אָנהייבן זינקען, זאָל ער נישט שרײַען: ‘וווּ איז מײַן ראַטיר־רינג?’, אָדער ‘וווּ איז דאָס ראַטיר־שיפֿל?’ אַ ראַטיר־רינג איז אַ רעטונגס־גאַרטל און אַ ראַטיר־שיפֿל איז וואָס מיר, פּשוטע ייִדיש־פּלאַפּלער רופֿן: אַ רעטונגס־שיפֿל. אָבער ווען אַ שיף זינקט, מוז מען פֿאַרגעסן אָן ייִדישיזם. די צרה איז וואָס אונדזער ייִדישיסטישע שיף זינקט אויך און מיר נייטיקן זיך אַלע אין אַ ראַטיר־רינג און אויך אין אַ ריזיק ‘פֿאַרשטעקל’ צו פֿאַרשטאָפּן דעם לאָך וואָס די אַסימילאַציע און די גלײַכגילטיקייט האָבן אויסגעבויערט אונטער אונדזערע פֿיס‟.
באַשעוויס איז געווען ניט בלויז אַ גרויסער שרײַבער, נאָר אויך ביסל אַ ציניקער, אַ בייזער ייִד, און אַ קעגנער פֿון ייִדישיזם, איז ניט קיין חידוש, וואָס ער לאַכט אָפּ פֿון „זאָגט עס אויף ייִדיש‟. אָבער דער אמת איז, אַז דאָס געלעכטער איז דעמאָלט געווען אַ סך מער פֿאַרשפּרייט. ד”ר מרדכי שעכטער האָט שפּעטער, אין 1965, געשריבן אוריאל ווײַנרײַכן פּערזענלעך:
„קיין האַנטביכל, חוצן גרויסן וו[ערטערבוך], האָט ניט געקראָגן אַזוי פֿיל וויצלדיקע שטעכווערטלעך און אָנחכמהדיקע חכמות ווי סיי איט אין ייִדיש. […] אויף סיי איט האָט זיך עפּעס אויסגעגאָסן די גאַנצע הומאָרעוואַטע תּוכחה. בעת איך שרײַב די שורות, דעפֿילירן מיר פֿאַרבײַ די אויגן שרײַבערס, לערערס, רעדאַקטוירים, נאַקעטיאָרן און סתּם קולטור־מענטשן און איך געדענק כּמעט וואָס איטלעכער האָט געזאָגט בנוגע סיי איט אין ייִדיש‟.
ווײַנרײַך האָט עס אויך באַשטעטיקט אין זײַן ענטפֿער:
„א פֿאַרלעגער האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַ משוגעת אַרויסצוגעבן אַ ייִדיש ביכל אין אַ סעריע שמועסביכלעך און איז באַשטאַנען, ניט אָפּצוטרעטן אויף דעם, אַז די ווערטער־ און פֿראַזעס־רשימה זאָל זײַן די אייגענע וואָס אין דעם רעשט סעריע. דער פּלאַן איז לכּתּחילה געווען אַ שטותיקער, אָבער אויב איך וואָלט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט, וואָלט ער גענומען עמעצן אַנדערש, און דאָ וואָלט איך שוין וועלן הערן, ווער עס וואָלט עס געמאַכט בעסער און ווי אַזוי. איך בין איצט דורכגעגאַנגען דאָס ביכל כּדי צו קאָנטראָלירן צי אַלץ איז אויך אַרײַן אין ווערטערבוך: האָב איך זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער פֿון דער אידיאָטישקייט פֿון דעם פֿאַרלעגערס אײַנפֿאַל, מיט זײַנע סענטימענטן פֿאַר זײַן זיידע־באָבע. אָבער קיין סך צו פֿאַרריכטן אין די פּרטים פֿון די פֿאַרטײַטשן געפֿין איך ניט‟.
נו, ווײַזט זיך אַרויס, אַז שייבאָן איז געווען גערעכט די גאַנצע צײַט, און מיר ייִדישיסטן האָבן אים געטאָן אַן עוולה מיט אונדזערע פּראָטעסטן. אַז דער מחבר איז אַליין מודה, אַז דאָס ביכל איז אַן אַבסורד, דאַרפֿן מיר אים ניט קומען פֿאַרטיידיקן פֿאַר דער וועלט. שייבאָן האָט טאַקע פֿאַרפֿעלט אַ גרויסן טייל פֿון דער אַבסורדישקייט, ווײַל ער האָט ניט דערקענט, אַז אַ חלק פֿון די ייִדישע ווערטער זײַנען נעאָלאָגיזמען, וואָס אוריאל און בינה ווײַנרײַך האָבן, אַזוי צו זאָגן, אויסגעזויגן פֿון פֿינגער. זאָלן מיר אפֿשר זײַן דאַנקבאַר, וואָס די הײַנטיקע חוזק־מאַכער קענען אַליין ניט גענוג ייִדיש, כּדי ריכטיק חוזק צו מאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.